ס׳וואָלט געווען אַן עוולה באַשרײַבן די ווירקלעכקייט פֿון בוקאַרעשטער ייִדישן טעאַטער אָן דערמאָנען רודי ראָזענפֿעלד, דעם וועטעראַן פֿון די אָרטיקע ייִדישע אַקטיאָרן.
פֿאָרווערטס: דערציילט אונדז, רודי, וועגן אײַער אָנהייב ווי אַ ייִדישער אַקטיאָר.
רודי: כ׳בין אויפֿגעוואַקסן דאָ, ווען מ׳האָט דעם טעאַטער געעפֿנט אין יאָר 1948, ווײַל מײַן פֿאָטער האָט דאָ געאַרבעט. זינט כ׳בין געווען זיבן יאָר, פֿלעג איך יעדן טאָג, נאָך דער שול, זיך אַרײַנכאַפּן אין בנין פֿון טעאַטער און אַזוי אַרום זיך שוין באַקענט מיט די צוקונפֿטיקע סטאַרן ווי ליִאַ קעניג אָדער איר מוטער דינאַ קעניג ע״ה מיט וועלכער כ׳האָב געשפּילט „מוטער קוראַזש” פֿון בערטאָלד ברעכט. אָנגעהויבן שפּילן האָב איך אין עלטער פֿון 16 יאָר. שפּעטער אַרײַן אין דער סטודיע, זיך אויסגעשולט ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר און זינט יאָר 1960 געוואָרן אַ מיטגליד אין אַנסאַמבל.
פֿאָרווערטס: זענען פֿריִער אויך פֿאָרגעקומען אַזעלכע פֿעסטיוואַלן?
רודי: יאָ. צום 120סטן און 125סטן יאָרצײַט פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. אין אָט דעם לעצטן פֿעסטיוואַל האָט זיך אויך באַטייליקט אַ טרופּע פֿון ישׂראל.
פֿאָרווערטס: זענט איר נײַגעריק זיך צו באַקענען מיט אַ נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר?
רודי: יאָ, זיכער. מדינת־ישׂראל האָט געטאָן אַ גרויסן פֿעלער, וואָס זי האָט זיך באַצויגן נעגאַטיוו צו דער ייִדישער קולטור־ירושה. ווען באַשעוויס זינגער האָט דעם נאָבעל־פּריז באַקומען האָט עס געקאָנט געבן אַ שטופּ פֿאָרויס דעם ייִדיש־אויפֿלעב, נאָר ס׳איז שוין געווען צו שפּעט.
פֿאָרווערטס: וועלכע זענען די הויפּט שוועריקייטן פֿון אײַער טעאַטער?
רודי: די הײַנטיקע אַקטיאָרן לערנען זיך ראָלעס, אָבער רעדן ניט קיין ייִדיש און ס׳איז ניט לײַכט שאַפֿן בײַ זיי אַ מאָטיוואַציע זיך אויסצולערנען די שפּראַך. און נאָך עפּעס: אין אָנהייב פֿון טעאַטער, ווי אַ גרויסע צאָל ייִדן האָבן צוזאַמענגעלעבט מיט דער אָרטיקער געזעלשאַפֿט, האָבן די רומענער געוווּסט וואָס עס איז אַ רבֿ, פּסח און מצות. די הײַנטיקע אַקטיאָרן האָבן נישט דעם מינדסטן באַגריף פֿון די טראַדיציעס און עס אויפֿקלערן פֿאַר זיי קומט אויס זייער שווער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.