אַ דאַנק די סאָציאַלע נעצן, זענען אין דער הײַנטיקער קאָמפּיוטעריזירטער וועלט אויפֿגעקומען נײַע מינים קונסט און ליטעראַטור.
דער אַלטער גוט־באַקאַנטער זשאַנער פֿון זכרונות און טאָגביכער האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אינטעראַקטיווע אינטערנעץ־דיסקוסיעס, באַגלייט מיט בילדער, ווידעאָ־עפּיזאָדן און אַנדערע „לעבעדיקע‟ הוספֿות. אויפֿן סמך פֿון אינטערנעץ־שמועסן באַווײַזן זיך אָבער אויך צומאָל גאַנץ אינטערעסאַנטע קלאַסישע פּאַפּירענע ביכער.
דעם 12טן סעפּטעמבער איז אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער פֿאָרגעקומען אַ פּרעזענטאַציע פֿון וואַלערי דימשיצס רוסיש בוך „פֿון ווענעדיק‟. דעם 25סטן אָקטאָבער האָט איוואַן לימבאַכס פֿאַרלאַג אָרגאַניזירט אַן עפֿנטלעכן דיאַלאָג וועגן ווענעדיק מיט דימשיץ און דעם באַוווּסטן רוסישן שרײַבער, קונסטקענער און מוזיי־קוראַטאָר אַרקאַדי איפּאָליטאָוו. אינעם יאָר 2014 האָט דימשיץ אַרויסגעגעבן שוין זײַן צווייט בוך וועגן דער וועלט־באַרימטער איטאַליענישער שטאָט, געווידמעט די הײַנטצײַטיקע אימאַזשן פֿון צפֿון־איטאַליע.
אַזוי ווי איפּאָליטאָוו, שילדערט דימשיץ ווענעדיק אויף אַ לעבעדיקן אופֿן, קאָמבינירנדיק זײַן ברייטע ערודיציע און באַלערנדיקע היסטאָרישע פֿאַקטן מיט אַן אייגנאַרטיקן פּערזענלעכן שטראָם פֿון באַוווּסטזײַן.
דער חידוש באַשטייט אָבער אין דעם, ווי דער מחבר באַטאָנט, אַז דאָס בוך האָט זיך באַקומען פֿאַקטיש על־פּי צופֿאַל. בעת זײַן דרײַ־חדשימדיקן באַזוך אין ווענעדיק, האָט דימשיץ איבערגעלאָזט אַ סעריע נאָטיצן אויף „פֿייסבוק‟. די פֿאַרלעגער איז געפֿעלן דער אוניקאַלער סטיל און תּוכן פֿונעם אינטערנעץ־זשורנאַל, דערפֿאַר האָבן זיי באַשלאָסן עס צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ בוך־פֿאָרעם. ווי עס דערקלערט די שרײַבערין און פּאָעטעסע פּאָלינאַ באַרסקאָוואַ, האָט דער רוסישער לייענער נאָך נישט געזען אַזאַ ווענעדיק, אַן אומבאַקאַנטע באַהאַלטענע זײַט פֿון דער שטאָט.
אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ ביכער, וואָס פֿאָקוסירן זיך אויף די וועלט־באַרימטע קלויסטערס, מאָלערײַ־שעדעווערס און מיטל־עלטערלעכע גאָטישע בנינים, באַשרײַבט דימשיץ זײַנע צופֿעליקע שפּאַצירן און נסיעות איבער די ווייניקער באַקאַנטע אינדזלען פֿונעם איטעליענישן ראַיאָן ווענעטאָ.
אויפֿן ערשטן בליק, קאָן זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מישמאַש פֿון כאַאָטישע קאָמענטאַרן, ווי עס טויג פֿאַר אַ „פֿייסבוק‟־זײַטל. בעתן איבערלייענען באַווײַזט זיך אָבער אַלץ קלאָרער אַ געוויסער אוניקאַלער סדר. אַדרבה, זײַענדיק אַן ערודיט אין געשיכטע, קונסט און ליטעראַטור, ווי אויך אַ באַגאַבטער דערציילער מיט אַ גוטן הומאָר־חוש, שאַפֿט דימשיץ אַן אייגענע מאָזאַיִק פֿון זײַן לעבן אין ווענעדיק. במשך פֿון דרײַ חדשים האָט דער מחבר אָנגעהויבן זיך פֿילן כּמעט ווי אַן אָרטיקער מיט אַ רוסישן טעם.
מסתּמא וועט איר אין קיין אַנדער אַלגעמיין בוך וועגן איטאַליע נישט געפֿינען מעשׂיות וועגן ווילדע יאַגדעס און שוואָמען, אויפֿגעקליבן אין אַזעלכע ערטער, וווּ די איטאַליענער וואָלטן נישט געטראַכט זיי אָנצורירן.
זײַן פּרעזענטאַציע אינעם קהילה־צענטער האָט דימשיץ, ווי אַ שפּאַס, פֿאַרענדיקט מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַ קאַץ וואָס זיצט, ווי פֿאַרגליווערט, איבער איינער פֿון די אומצאָליקע ווענעציאַנער בריקן. יעדע אינטערנעץ־זײַטל, האָט ער באַמערקט, מוז האָבן בילדער פֿון קעצעלעך.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, שטימט די פֿאָטאָגראַפֿיע טאַקע מיטן סטיל און תּוכן פֿונעם בוך. אַ קאַץ — אַ געלערנטע, ווי אינעם רוסישן פֿאָלקלאָר — וואָלט געקאָנט אַזוי שילדערן אירע צופֿעליקע אַווענטורעס אין אַ גרויסער שטאָט. דימשיצס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אומגעוויינטלעכן וועגווײַזער: אַנשטאָט אַ טיפּישן טוריסטישן קאַטאַלאָג, וואָס מע זעט אומעטום אין ווענעדיק, דערקלערט עס, אַז ס׳איז בעסער דווקא צו פֿאַרגעסן די אָפֿיציעלע וועגווײַזערס און אַנטוויקלען אַן אייגענעם פּערזענלעכן באַנעם פֿון דער געגנט. אַנשטאָט אַ טוריסט, איז בעסער צו ווערן „אַן אָרטיקער אויף אַ ווײַל‟, ווי דער מחבר דריקט זיך אויס.
דאָס בוך רופֿט יעדן באַזוכער פֿון ווענעדיק צי אַן אַנדער שטאָט צו שאַפֿן אַן אייגענע מאָזאַיִק פֿון פּערזענלעכע שפּאַציר־מאַרשרוטן און אַסאָציאַציעס. זײַענדיק אַ תּושבֿ פֿון פּעטערבורג, באַקאַנט ווי „דער צפֿונדיקער ווענעדיק‟, פֿאַרגלײַכט דימשיץ כּסדר די צוויי שטעט, הגם צו פֿאַרגלײַכן איז „אוממעגלעך, אָבער נייטיק‟.
דעם לייענער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ איז דימשיץ צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ פּראָמינענטער פּעטערבורגער ליבהאָבער און שטיצער פֿון ייִדיש. למשל, נישט לאַנג צוריק איז אין ארץ־ישׂראל אַרויס אַן אַנטאָלאָגיע פֿון הײַנטיקער ייִדישער פּאָעזיע, באַגלייט מיט זײַן קריטיש נאָכוואָרט־עסיי. זײַנע ביכער אויף רוסיש זענען געווידמעט אַ גאַנצער ריי טעמעס וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדישקייט; זײַן רעדאַקציע פֿון אויסגעקליבענע ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף איטאַליעניש און פֿראַנצויזיש.
דימשיצס נײַ בוך איז געווידמעט ווענעדיק אין אַלגעמיין אָבער די ייִדישע טעמע ווערט דערין כּסדר דערמאָנט. „דאָס מאַכן עפּעס פּאַוואָלינקע‟, באַמערקט ער אויף ייִדיש, איז דער פּרינציפּ פֿונעם איטאַליענישן לעבן. הגם די סאַמע פּראָמינענטע היסטאָרישע דענקמעלער אין דער געגנט זענען, מסתּמא, די קלויסטערס, האָבן ייִדן געוווינט אין ווענעדיק, צום ווייניקסטן, במשך פֿון איבער 1,000 יאָר. אינעם יאָר 1516 האָט די ווענעציאַנער רעפּובליק גוזר געווען, אַז די ייִדישע קהילה מוז וווינען אין איין געגנט. דאָס עצם־וואָרט „געטאָ‟ האָט לכתּחילה געמיינט דעם היסטאָרישן ייִדישן ראַיאָן פֿון ווענעדיק.
צוליב דעם קאָמפּאַקטן שטייגער פֿונעם ראַיאָן, האָט דאָס ייִדישע לעבן אין דער שטאָט זיך דווקא צעבליט נאָך דעם און איבערגעלאָזט אַ גרויסע השפּעה.
הײַנט פֿונקציאָנירן אין דער שטאָט עטלעכע שילן. דימשיץ דערציילט, אַז צווישן די מתפּללים האָט ער געטראָפֿן די עכטע איטאַליענישע ייִדן אין קאָסטיומען מיט האַלדזטיכער, רוישיקע בחורים פֿון דער אָרטיקע ליובאַוויטשער ישיבֿה און אַפֿילו אַ שוואַרץ־הויטיקן עטיאָפּישן ייִד מיט פּאות אין אַ לאַנגן ראָק.
אַ ריי ייִדישלעכע באַמערקונגען פֿונעם מחבר קלינגען גאַנץ חידושדיק. נאָכן באַזוכן דעם אָרטיקן ייִדישן מוזיי און אַ קרייץ־גאַנג צווישן צוויי קלויסטערס, האָט דימשיץ באַמערקט, אַז די סטאַטוע פֿון מאַריע די בתולה מיטן קינד איז באַצירט מיט די זעלביקע קרוינען, ווי די איטאַליענישע כתר־תּורהס. דער איינציקער חילוק באַשטייט אין דעם, וואָס אינעם ייִדישן וואַריאַנט פֿיגורירט אַוודאי נישט קיין קרייץ.
די איטאַליענישע ייִדן האָבן בכלל פֿרײַ אויסגענוצט די איינציקע קונסט־טראַדיציעס מיט מינימאַלע מאָדיפֿיקאַציעס. ווי פּרעכטיקע בײַשפּילן קאָן מען דערמאָנען די אַלטע כּתובות און דעם קלאַסישן אַלט־ייִדישן ריטערלעכן ראָמאַן „באָווע־בוך‟ פֿון אליהו בחור, איינער פֿון די באַרימטע ווענעציאַנער ייִדן, וועלכער האָט זיך געחבֿרט מיט די גלחים און אַדללײַט.
פֿון דער צווייטער זײַט, פֿלעגן די קריסטן שׂימחת־תּורה קומען טאַנצן צוזאַמען מיט די ייִדן. אַזאַ שאַרפֿער סאָציאַלער חילוק צווישן ייִדן און נישט־ייִדן ווי אין מיזרח־אייראָפּע איז קיינמאָל נישט געווען. די אָרטיקע רבנים האָבן אַפֿילו מתּיר געווען די ייִדישע מענער צו טאַנצן מיט קריסטלעכע פֿרויען און צו טרינקען זייער ווײַן, ווײַל אין די הײַנטיקע צײַטן ברענגט קיינער נישט קיין ווײַן ווי אַ קרבן לשם עבֿודה־זרה. אַזוי צי אַזוי, מאַכט דער מחבר פֿונעם נײַעם בוך אַ גוטע באַמערקונג: ייִדישע זילבערשמידן אין איטאַליע האָבן גרינג געקאָנט נאָכמאַכן די קלויסטער־באַצירונגען.
וויפֿל ייִדן ווייסן הײַנט, אַז משה־לייב האַלפּערן איז געווען איינער פֿון אונדזערע בעסטע פּאָעטן? אַזאַ פֿראַגע האָט דימשיץ געשטעלט נאָכן באַקענען זיך מיט די ווערק פֿונעם ווענעציאַנער מאָלער דזשאַנדאָמעניקאָ טיעפּאָלאָ. פּונקט ווי ווייניק ייִדן האָבן אַ מאָל געהערט פֿון האַלפּערן, אַזוי בלײַבט טיעפּאָלאָ, איינער פֿון די בעסטע מאָלער אין דער געשיכטע פֿון דער איטאַליענישער קונסט, ווייניק באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט.
איין גרויסער חסרון פֿונעם בוך איז דער קליינער פֿאָרמאַט, וואָס האָט דערמעגלעכט צו פֿאַרעפֿנטלעכן בלויז אַ פּאָר צייכענונגען — שיינע גראַוויורן פֿון יעקאַטערינאַ מרגלית — ווי אילוסטראַציעס. הגם דער מחבר דערמאָנט כּסדר היסטאָרישע ערטער און קונסטווערק, ווערן די ווערטער נישט באַגלייט מיט בילדער. דאָס בוך לייענט זיך ווי אַ מין קאָמענטאַר מיט אַ ספּעציפֿישן פּעטערבורגער קוקווינקל פֿאַר די וואָס זענען שוין געווען אין ווענעדיק אָדער האָבן כאָטש געלייענט וועגן דער שטאָט און דער אַרומיקער געגנט. דער קאָמענטאַר האָט זיך אָבער באַקומען אַ געלונגענער און פֿרישער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.