זונטיק, דעם פֿינפֿטן נאָוועמבער וועט אין דורהאַם, צפֿון־קאַראָלינע, פֿאָרקומען אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע לידער מיט דער באַטייליקונג 16 זינגער און אַ ריי מוזיקער.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען אין דער סינאַגאָגע „בית־אל‟. די פּראָגראַם וועט באַשטיין פֿון אַ קראַנץ לידער געווידמעט דער טעמע „ייִדישע אימיגראַנטן‟. בעט בערמאַן, איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם קאָנצערט האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז מע האָפֿט אַז כאָטש די לידער זענען וועגן ייִדן, קען עס האָבן אַן אוניווערסאַלן באַטײַט. דערפֿאַר האָט מען פֿאַרבעטן הײַנטיקע ניט־ייִדישע אימיגראַנטן פֿון דורהאַם אָנטיילצונעמען אין דער פּראָגראַם.
דער פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר צום אַכטן מאָל, וועט אַרײַננעמען אויפֿטריטן פֿון דער זינגערין און עטנאָמוזיקאָלאָגין דזשיין פּעפּלער און דעם ראַבינער בערי באַך. באַך וועט זינגען פֿאַרן עולם אַ זעלטן ליד „כאָטש‟, וואָס איז רעקאָרדירט געוואָרן אין 1948 ווי אַ טייל פֿונעם „סטאָנהיל‟־אַרכיוו, אַ סעריע פֿון הונדערטער לידער געזונגען פֿון שארית־הפּליטה ייִדן אין אַ ניו־יאָרקער האָטעל. דאָס ליד דריקט אויס דעם אָפּטימיזם פֿון אַ ייִדישן אימיגראַנט פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס ניט געקוקט אויף דעם וואָס ער האָט ניט קיין לאַנד און ניט קיין היים, פֿאַרזיכערט ער דעם צוהערער אַז ער גיט זיך ניט אונטער.
צווישן אַנדערע לידער וועט מען פֿאָרשטעלן אַזעלכע שלאַגערס ווי „אַ בריוועלע דער מאַמען‟ און די „גרינע קוזינע‟ און עטלעכע ווייניק באַקאַנטע לידער ווי „דער מיליאָנער פֿון דעלענסי־סטריט‟. בײַם שלוס פֿונעם קאָנצערט וועלן אַלע זינגען אין איינעם דאָס ליד „לעבן זאָל קאָלאָמבוס‟.
דער פֿעסטיוואַל, וואָס וועט זיך אָנהייבן דרײַ אַ זייגער נאָכמיטאָג, איז אַ בענעפֿיט פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע Urban Ministries. די ייִדיש־לערערין און שרײַבערין שבֿע צוקער, וואָס האָט לאַנגע יאָרן געוווינט אינעם ראַיאָן, וועט דינען ווי די קאָנפֿעראַנסיע.
נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: yiddishsongfest@aol.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.