איך בין שוין אין אַמעריקע איבער פֿופֿציק יאָר און זע טאַקע גרויסע ענדערונגען צום בייזן זינט דער נײַער פּרעזידענט און זײַן סוויטע האָבן איבערגענומען די לייצעס פֿון קאָמאַנדעווען איבערן לאַנד.
ערשנטס האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז אַ נישקשהדיקער טייל פֿון פֿאָלק פֿאַרמאָגט אַ לויזן פֿאַרשטאַנד און אַ שלעכטן זכּרון ווען עס האַנדלט זיך וועגן דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע און דער דעקלאַראַציע פֿון אומאָפּהענגיקייט, זיי האָבן אויך נישט געלייענט עמאַ לאַזאַרוסעס פּאָעמע וואָס איז אויסגעקריצט אויף דער סטאַטוע פֿון דער פֿרײַהײַט, און עס לייענט זיך:
גיב מיר דײַנע מידע
דײַנע אָרעמע
דײַנע צענויפֿגעדרענגטע מאַסן
וואָס לעכצן צו זײַ פֿרײַ…
וווּ איז אַהינגעקומען אונדזער דעמאָקראַטיע, אונדזער מענטשלעכקייט, אונדזער הילף פֿאַר די הילפֿלאָזע, וווּ צילט די אַמעריקאַנער וויזיע ווי אַ פֿאָלק, וווּ איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אונדזער אַמאָליקע דערציִונג, אונדזער אײַנשטעלונג לגבי ואהבֿתּה לרעך כּמוך, ניעזשעלי האָט מען אויפֿגעגעבן די מאַטעריע וואָס מען רופֿט אינטעליגענץ? שׂכל הישר? ווײַל אָן די אַלע זיבן זאַכן איז דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק אײַנגעשטעלט.
אָבער נישט מיר ייִדן, מיר צײכענען זיך אויס מיט אונדזער אַנדערשקייט פֿון אַלע אַנדערע פֿעלקער וואָס רינגלען אונדז אַרום.
איצט קום איך צו דער פֿראַגע: וווּ צילט הײַנט דער פֿאָרווערטס? ווער זײַנען אונדזערע לייענער? און מיט וואָס זײַנען מיר אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע ייִדישע צײַטונגען?
די פֿרומע עדה ייִדן הײַנט צו טאָג פֿאַרמאָגן שוין פֿון לאַנג אַ צאָל ייִדיש־ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן וווּ זיי דריקן אויס זייער פֿרומע אידעאָלאָגיע, זייער ייִדישן גלויבן, זייער אָפּגעזונדערטקייט פֿון יענע וואָס טיילן זיך אָפּ פֿון תּורת־הלכה, פֿון יענע וואָס האַלטן אַז בלויז זיי זײַנען געבענטשט מיט געטלעכע פּריווילעגיעס, פּריאַזשען זיי זיך אין זייער אָפּגעזונדערטקייט פֿון אַזוי־גערופֿענע וועלטלעכע ייִדן.
ווי עס זאָל נישט זײַן, די רעדאַקטאָרן פֿון זייערע ייִדישע צײַטונגען האָבן זיך נישט פֿאַרוואַסערט און אויסגעשטרעקט אַ האַנט צו די וועלטלעכע ייִדן, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז פֿאַר היטלערן זײַנען מיר אַלע געווען גלײַך.
דער פֿאָרווערטס האָט זייער אַ לאַנגע געשיכטע אונטער זיך, כּמעט אַזוי לאַנג ווי די „ניו־יאָרק טײַמס‟. זי האָט פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט אַנערקענטע רעדאַקטאָרן פֿון לינקס ביז מיטלמעסיק, אָבער ס’רובֿ פֿון זיי האָבן געטראָגן די וויזיע פֿון אַ גוטער און קולטורעלער ייִדישער ליטעראַרישער, אַלעמאָל געווען קונסט־אָריענטירט און פֿאָלקסטימלעך, מיטן פּנים צו וועלט־געשעענישן, פּאָליטיק סײַ אין אונדזער אַדאַפּטירט לאַנד און סײַ אין אונדזער מדינת־ישׂראל, עס האָט אויסגעדריקט ייִדישע פּראָבלעמען, אָבער קיין מאָל נישט פֿאַרוואַסערט, קיין מאָל זיך נישט אונטערגעגעבן דער גאַס, אַלעמאָל ייִדיש־דערציִעריש און יאָ, וועלטלעך.
דער אמת איז אַז מיט אַ צײַט צוריק האָבן זיך נישט מיר נישט דיר אַראָפּגעלאָזט אויף מיר אַ מנין סאַטמאַרער יונגעלײַט און געבעטן זיך צו טרעפֿן מיט זיי, זיי האָבן געהאַט שאלות און האָבן געדאַרפֿט פֿון מיר תּשובֿות.
ערשטנס לייענען זיי דעם פֿאָרווערטס וואָס ליגט בײַ זיי באַהאַלטן אונטער דער גמרא. צווייטנס האָבן זיי באַוווּנדערט מײַן מאַמע־לשון, פֿול מיט לשון־קודשדיקע ווערטער און ווערטלעך, זיי זײַנען געווען אונטערן אײַנדרוק אַז איך בין עפּעס אַ הויכע, באַלײַבטע רביצין און אויסגעפֿונען אַז איך בין גאָר אַ קליינטשיקע, שפּרודלדיקע פּאַרשוינטע.
דריטנס איז געקומען צו רייד וועגן דעם חורבן „דע האָלאָקאָסט‟. זיי האָבן זיך פֿאַרטרויט פֿאַר מיר אַז מ’דערמאָנט עס נישט בכלל, מ’רעדט נישט דערפֿון אין זייערע קרײַזן, מ’האַלט אַז די נישט־פֿרומע האָבן געברענגט דאָס אומגליק אויפֿן פֿאָלק צווישן זיי: די בונדיסטן, די סאָציאַליסטן, די קאָמוניסטן, די טעריטאָריאַליסטן, די אַנאַרכיסטן, זיי האָבן געברענגט אויפֿן פֿאָלק דעם גרויסן חורבן און גאָט האָט זיך נוקם געווען אין אונדז.
כאָטש איך האָב געשטעלט די קלאָץ־קשיא: פֿאָרוואָס זשע זײַנען אומגעקומען אַ מיליאָן מיט אַ האַלב אומשולדיקע ייִדישע קינדערלעך, וואָס האָבן נאָך נישט אוספּעיעט צו זײַן פּאָליטיש געשטימט?
און נאָך אַ זאַך, מדינת־ישׂראל, מ’דערמאָנט נישט בײַ זיי דעם פֿענאָמען פֿון אַ ייִדישער מדינה, ס’איז טריף און פּסול, מ’מוז וואַרטן אויף משיחן, טענהן זיי, ער וועט אונדז אויסלײזן און ברענגען צוריק אין הייליקן לאַנד.
די חבֿרה איז מיך באַפֿאַלן ווי די בינען און געוואָלט דווקא וויסן מיט וואָס מ’עסט עס, ס’הייסט וואָס טוט זיך אין דער דרויסנדיקער, ייִדישער וועלט.
הײַנט לייען איך אַז מ’הייבט נישט אָן צו וויסן ווי זיך צו ספּראַווען מיטן ייִדישן פֿאָרווערטס, פֿאַר וועמען שרײַבט מען? ווער לייענט אונדז?
מײַן לאָזונג באַשטייט אין דעם אַז דער פֿאָרווערטס מוז פֿאַרבלײַבן דאָס וואָס ער איז אַלעמאָל געווען, נאָך אַלעמען מען לייענט אים אין קאַנאַדע, אין פֿראַנקרײַך, אין ישׂראל, אין אויסטראַליע, וווּ נאָר אַ ייִדישער ישובֿ, און דער עיקר נישט פֿאַרוואַסערן, נישט אונטערלעקן זיך די פֿרומע עדות, זאָלן זיי אויך וויסן וואָס עס קומט פֿאָר אין דער פֿרײַער וועלט און אפֿשר טאַקע איבערדרוקן פֿון צײַט צו צײַט אַרטיקלען פֿון אונדזער פֿאָרווערטס.
איך לייען אין מײַן צײַטונג אַרטיקעלעך וואָס ווײַזן מיר אָן אַז אויף צו זײַן פֿרום דאַרפֿן ייִדישע פֿרויען טראָגן יובקעס פֿערצן סענטימעטער אונטער די קני, אַ סימן אַז די אָנווײַזונגען זײַנען נישט געצילט צו פֿרומע פֿרויען, און אויב צו אונדז וועלטלעכע פֿרויען נויטיקן מיר זיך נישט אין אַזעלכע אָנווײַזונגען.
און נאָך אַ זאַך, ווער זײַנען אונדזערע לייענער? אויב זיי זײַנען עם־הארצים, דאַרפֿן מיר זיך אונטערוואַרפֿן זיי און שרײַבן עם־הארצישע אַרטיקלען? און אויב זיי זײַנען ציוניסטן און ווילן בלויז ציוניסטישע סחורה, דאַרפֿן מיר זיך אונטערוואַרפֿן זיי? און אויב זיי זײַנען אַלע פֿרומע? דאַרפֿן מיר קאַפּיטולירן און אָנהייבן דאַווענען מנחה־מערבֿ?
איך האַלט דווקא פֿון רבנישער חכמה, איבערדערציילט זייערע וווּנדער־מעשׂיות ונפֿלאות, דערמאָנען דעם בעל־שם טובֿ, דעם ריזישנער רבין, ר׳ מאָטעלע טשערנאָבילער, שׂרה בת טובֿים מיט זייערע וווּנדערלעכע פֿאָלקס־מעשׂיות.
מיר מוזן שרײַבן וועגן יענע וווּנדערלעכע הייליקע רביים, די רופֿא חולים, מיר זײנען נאָך אַלעמען זייערע יורשים. מיר ווייסן גאַנץ גוט אַז דער רבונו של עולם האָט אונדז אַלע באַשאַפֿן אין זײַן צלם, סײַ פֿרומע סײַ פֿרײַע.
און אין דער זעלביקער צײַט מוזן מיר באַנײַען די שריפֿטן פֿון אונדזערע אַמאָליקע ליטעראַטן, קינסטלער, פּאָעטן. זאָלן די וועלטלעכע און די פֿרומע, די עם־הארצים און די נאָכשלעפּער אויך עפּעס געניסן. די ייִדישע ליטעראַטור איז רײַך, מיר באָדן זיך אין עשירות פֿון ייִדישן ליטעראַרישן באַגאַזש, ס’גייט אין דעם אַז יענע וואָס זיצן אויף די ייִדישע פּאָסטנס מוזן אויפֿבלעטערן די נעכטיקע ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, ביכער, ליטעראַרישע בלעטער, פּאָעזיע און קונסט און צו אַלדע רוחות אָנהייבן לייענען!
און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז אונדזער ייִדיש לשון צוזאַמען מיט אונדזער לשון־קודש האָט געטראָגן דעם ייִדישן גאָט און דעם עול פֿון ייִדישקייט אויף זייערע אייגענע פֿליגל דורות לאַנג. ס’איז ייִדיש קודש, רבותי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.