ניו־ייִדיש־רעפּ וועט שפּילן קליפֿאָרד אָדעטס „וואַך אויף און זינג‟

New Yiddish Rep to Stage Clifford Odett's "Awake and Sing"


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 08, 2017.

נאָך זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון עזשען יאָנעסקוס „נאָזהאָרן‟ וועט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ ווידער פֿאָרשטעלן אַ קלאַסישע פּאָליטישע פּיעסע פֿון דער וועלטבינע, דאָס מאָל — קליפֿאָרד אָדעטס (פֿון דער היים: לויִס גאָראָדעצקי) „וואַך אויף און זינג‟ אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון כאַווער פּאַווער.

די פּיעסע, וואָס שילדערט די עקאָנאָמישע שוועריקייטן און פּריוואַטע ראַנגלענישן פֿון אַ ייִדישער משפּחה, איז פֿאַקטיש געווען די ערשטע צו שילדערן ייִדן אויף אַ „בראָדוויי‟־בינע. „וואַך אויף און זינג‟ איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער אין כאַווער פּאַווערס ייִדישער איבערזעצונג אַ דאַנק פֿאָרשטעלונגען אונטערגעשטיצט דורך דער אַמעריקאַנער רעגירונג פֿון פֿרענקלין רוזעוועלט.

די נײַע אויפֿפֿירונג פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟ וועט אַרײַננעמען צוויי באַרימטע אַקטיאָרן פֿון דער ישׂראלדיקער בינע און קינאָ — געראַ סאַנדלער, וואָס איז באַקאַנט אויף דער העברעיִשער און רוסישער טעלעוויזיע אין ישׂראל און וואָס האָט לעצטנס געשפּילט אין „נאָזהאָרן‟, און זײַן פֿרוי רונית אַשרי, וואָס איז איינע פֿון די הויפּט־אַקטריסעס בײַם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. ביידע זענען אויך פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער אויף העברעיִש, רוסיש און ייִדיש.

אַחוץ דעם ישׂראלדיקן פּאָרפֿאָלק וועלן אָנטיילנעמען אַ ריי יונגע ייִדיש־רעדנדיקע אַמעריקאַנער אַקטיאָרן, אַרײַנגערעכנט לוזער טווערסקי, אלי ראָזען, משה לאָבל, מירע קעסלער און לאה קאַליש. עס שליסן זיך אויך אײַן אין דער פֿאָרשטעלונג דוד מאַנדעלבאַום און זײַן פֿרוי עמי קאָלמאַן. מאַנדעלבאַום, דער דירעקטאָר פֿון דער טרופּע, וועט אויך רעזשיסירן די פֿאָרשטעלונג.

„וואַך אויף און זינג‟ וועט געשפּילט ווערן בײַם 14th Street Y אין מאַנהעטן, פֿונעם 25סטן נאָוועמבער ביזן 24סטן דעצעמבער. די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען 7:30 אין אָוונט במשך פֿון דער וואָך און 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג שבת און זונטיק. מאָנטיק וועלן די אַקטיאָרן נעמען פֿרײַ.

כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://14streety.secure.force.com/ticket#details_a0S36000004qPjZEAU.