צווישן אַלע 54 פּרשיות אין דער תּורה, איז אונדזער הײַנטיקע סדרה די איינציקע, וואָס טראָגט אַ נאָמען פֿון אַ פֿרוי. אינעם תּנ״ך זענען פֿאַראַן צוויי גאַנצע ספֿרים, מגילת־רות און מגילת־אסתּר, וואָס זייערע נעמען זענען פֿאַרבונדן מיט דוד המלכס עלטער־באָבע און אסתּר המלכּה.
אַ טייל פֿעמיניסטיש געשטימטע הײַנטצײַטיקע מחברים באַרימען די ייִדישע טראַדיציע, אין וועלכער געוויסע פֿרויען זענען געווען גרויסע נבֿיאים, געפֿירט אָדער געראַטעוועט אַ גאַנצן דור, און ווערן פֿאַררעכנט צווישן די עיקר־גרינדער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
ס׳איז טאַקע אמת, אַז די פֿיר אמהות פֿאַרנעמען פּונקט אַזאַ וויכטיק אָרט אין ייִדישקייט, ווי די דרײַ אָבֿות. ווען אַ גר קומט צו קריאת־התּורה, ווערט ער אָנגערופֿן „בן אַבֿרהם‟; ווען מע זאָגט פֿאַר אים אַ „מי שברך‟ אין אַן אומגעוווּנטשענער סיטואַציע, רופֿט מען אים „בן שׂרה‟. דאָס ערשטע ייִדישע פּאָרפֿאָלק אין דער וועלט, אַבֿרהם און שׂרה, בלײַבן די אייביקע טאַטע־מאַמע פֿון אַלע ייִדן.
פֿון דער צווייטער זײַט, באַמערקן די קריטיקער אַז בלויז צוויי קורצע מגילות אינעם גאַנצן תּנ״ך טראָגן אַ פֿרויען־נאָמען, און בלויז איין פּרשה — די הײַנטיקע, „חיי־שׂרה‟. מענער ווערן אָבער אויך זעלטן דערמאָנט אין די טיטלען פֿון די סדרות: נח, יתרו, קורח, בלק, פּנחס. בסך־הכּל, באַקומט זיך אַ מין עגאַליטאַרע פֿאַרשיידנאַרטיקע רשימה: אַ נישט־ייִדישער צדיק (נח), אַ פֿרוי (שׂרה), אַ גר (יתרו), אַ ייִד אַ רשע (קורח), אַ נישט־ייִדישער רישעותדיקער קיניג (בלק) — און אַ ייִד אַ צדיק (פּנחס).
אַזוי צי אַזוי, בלײַבן די מענער אויבן אָן. איז אונדזער מסורה טאַקע אַ פּראָ־פֿעמיניסטישע אָדער אַ פּאַטריאַרכאַלע?
לאָמיר זיך קודם־כּל דערמאָנען דעם תּוכן פֿון דער פּרשה. שׂרה איז ניפֿטר געוואָרן בײַ 127 יאָר; די מפֿרשים דערקלערן, אַז די דאָזיקע צאָל יאָרן איז מרמז אויף איר גרויס צידקות. הגם די פּרשה הייסט „חיי־שׂרה‟ — שׂרהס לעבן — הייבט זי זיך אָן למעשׂה פֿון שׂרהס פּטירה. דאָס איז, אַגבֿ, זייער אַ ייִדישלעכער אייפֿעמיזם: למשל, אין דער גמרא, בײַ דער מסכתּא „שׂמחות‟, גייט למעשׂה די רייד וועגן אַבֿלות.
אַבֿרהם האָט געקויפֿט פֿאַר זײַן משפּחה די מערת־המכפּלה און באַערדיקט דאָרטן זײַן פֿרוי. דערנאָך האָט ער געשיקט זײַן באַדינער אליעזר צו געפֿינען פֿאַר יצחקן אַ שידוך אין חרן, וווּ עס האָבן געוווינט אַבֿרהמס קרובֿים. אליעזר האָט געבראַכט רבֿקה; די חז״ל דערציילן, אַז צוליב איר האָט זיך די הייליקער שכינה, באַהאַלטן נאָך שׂרהס טויט, ווידער אַנטפּלעקט אין יצחקס שטוב.
די גוט־באַקאַנטע מעשׂה מיט יצחקס שידוך האָט געדינט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע פֿאַר אומצאָליקע לידער, ביכער און קונסטווערק, לאַוו־דווקא ייִדישע. צוליב אירע גוטע מידות, בלײַבט רבֿקה אַ קלאַסישער מוסטער פֿאַר הײַנטצײַטיקע כּלות. בהסכּם מיטן נאָמען, איז אונדזער פּרשה בכלל פֿול מיט מאָטיוון, וואָס האָבן צו טאָן מיט פֿרויען.
לויט די חז״ל, פֿיגורירט אין דער הײַנטיקער סדרה אויך די טעמע פֿון שלום־בית — אַ טעמע, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט אויך ווי אַ פֿרויען־ענין. עס קאָן זײַן, אַז אַבֿרהמס צווייטע פֿרוי איז געווען הגר. איר צווייטן נאָמען, קטורה, האָט זי באַקומען פֿאַר אירע מעשׂים־טובֿים, וואָס האָבן געשמעקט אַזוי שיין, ווי דאָס קטורת אינעם בית־המיקדש. אויב אַזוי, קומט אויס, אַז דאָס אַלטע מחלוקת צווישן הגר און שׂרה איז, סוף־כּל־סוף, געלייזט געוואָרן.
בײַם סוף פֿון אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, ווי ישמעאל און יצחק האָבן צוזאַמען באַערדיקט זייער טאַטן, אַבֿרהמען. ווײַטער שטייט געשריבן, בדרך־רמז, אַז ישמעאל האָט תּשובֿה געטאָן און איז ניפֿטר געוואָרן ווי אַ צדיק. עס באַקומט זיך, אַז דער קאָנפֿליקט צווישן אַבֿרהמס זין איז אויך אין אַ געוויסער מאָס געלייזט געוואָרן.
די פֿעמיניסטן מעגן ווײַטער טענהן, אַז די עצם־אַסאָציאַציע פֿון שידוכים און שלום־בית מיט ווײַבער איז דווקא אַ סימן פֿון דער פּאַטריאַרכאַלער געזעלשאַפֿט, וווּ די פֿרוי פֿאַרנעמט אַ שוואַכע פּאָזיציע. להיפּוך, זענען צווישן די הײַנטיקע חרדים פֿאַרשפּרייט בפֿירוש פּאַטריאַרכאַלע שטימונגען. אַ טייל חסידים גלייבן, אַז אַ פֿרוי טאָר נישט אַפֿילו לערנען חומש מיט רש״י, שוין אָפּגערעדט פֿון גמרא. אין דער אמתן, טרעפֿט זיך אַזאַ דעה אין דבֿרי־חז״ל, הגם די פֿעמיניסטיש געשטימטע מאָדערנע אָרטאָדאָקסן לייקענען זי אָפּ מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים. אויב אַ חסידיש מיידל איז, צום בײַשפּיל, צו גוט באַקאַנט מיט די אָריגינעלע לשון־קודשדיקע פּירושים וועגן יצחקס און רבֿקהס שידוך, קאָן זי דערמיט נעבעך קאַליע מאַכן איר אייגענעם שידוך.
אינעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן שטעטל האָט מען די דאָזיקע פּראָבלעם אָפּגעשוואַכט דורכן צעטיילן די ספֿערעס פֿון פּאַטריאַרכאַט און מאַטריאַרכאַט. אין דער שיל און תּורה־לערנען האָבן געהערשט מענער, אָבער אין שטוב און אינעם געביט פֿון פֿאָלקס־מינהגים האָט פֿאַקטיש אָפֿט קאָמאַנדעוועט די פֿרוי, אַפֿילו אויב זי האָט געקאָנט לייענען בלויז דעם סידור מיט עבֿרי־טײַטש און „צאינה־ראינה‟.
די סתּירות צווישן דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט און די עגאַליטאַרע אידעאַלן פֿון דער הײַנטיקער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט רופֿן אַרויס אַ ריי שווערע קשיות. דאָס האָט אָבער ווייניק שייכות צו די תּנ״כישע מעשׂיות. די תּורה איז נישט סתּם אַ בוך און ממילא מוז נישט זײַן פּאָליטיש קאָרעקט. אַדרבה, ווי עס שטייט אינעם ספֿר־הזוהר, איז אַפּיקורסות צו באַטראַכטן די תּנ״כישע מעשׂיות בלויז ווי גשמיותדיקע געשיכטעס. דער לייענער מוז שטרעבן גובֿר זײַן די ראַמען פֿונעם אויבערפֿלעכלעכן זין, כּדי משׂיג צו זײַן די באַהאַלטענע סודות און רמזים, וואָס בלײַבן זיכער אַקטועל אין עבֿודת־השם און מענטשלעכע באַציִונגען.
ס׳איז בכלל נישט כּדאַי אַרײַנצוטראַכטן — סײַדן מע וויל בעסער פֿאַרשטיין דעם היסטאָרישן הינטערגרונט פֿון די מעשׂיות — אונדזערע גשמיותדיקע קאַטעגאָריעס אויף דער תּורה־הקדושה. וואָס שייך שׂרה, מוז מען אָבער באַמערקן, אַז על־פּי קבלה און חסידות ווערט זי יאָ אַסאָציִיִרט מיט אַ מין „פֿעמיניזם‟. זײַענדיק אַן אַרכעטיפּישע „אורמאַמע‟, איז שׂרה אַ מעכטיקער סימבאָל און טרעגערין פֿון דער הייליקער שכינה. זעלטן דערמאָנט צי נישט, זענען די פֿרויען באַזונדערס מסוגל צו אַנטפּלעקן געטלעכקייט אין דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.