הונדערט יאָר נאָך זײַן פּטירה בלײַבט שלום־עליכם אַ שטיקל רעטעניש. צי איז דער שאַפֿער פֿון „טבֿיה דער מילכיקער‟, „מנחם־מענדל‟ און „מאָטל פּייסעס דעם חזנס‟ געווען אַ שרײַבער פֿאַרן ברייטן עולם ייִדישע לייענער, צי אַ געניטער ליטעראַרישער סטיליסט? און וואָס באַטײַט עס, אַז אַזוי פֿיל מענטשן רעדן נאָך אַלץ אַרום אַזעלכע פֿראַגעס?
די דאָזיקע קשיות און אַ ריי פֿאַרבונדענע טעמעס וועלן דיסקוטירט ווערן אויף אַ קאָנפֿערענץ בײַם וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט אין מאַדיסאָן „די הויכפּונקטן און נידערפּונקטן פֿון שלום־עליכם און די שטרעבונג צום פּאָפּולערן שרײַבן.‟ די קאָנפֿערענץ, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 12טן נאָוועמבער און מאָנטיק, דעם 13טן נאָוועמבער, וועט צוזאַמענברענגען פֿאָרשער פֿון דער אַמעריקאַנער און ייִדישער ליטעראַטור מיט הײַנטצײַטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער.
אינעם פּאַנעל „שלום־עליכם און די פֿראַגע פֿונעם פּאָפּולערן שרײַבן‟, וועלן אָנטיילנעמען ד״ר מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגענער אוניווערסיטעט), ד״ר אַליסאַ קווינט (ייִוואָ) און ד״ר דזשעפֿרי שאַנדלער (ראָטגערס־אוניווערסיטעט). קרוטיקאָווס רעדע וועט באַטראַכטן שלום־עליכמס באַציִונג צו ייִדיש, אַליסאַ קווינט וועט אַרומרעדן שלום־עליכמס ווירקונג אויפֿן ייִדישן טעאַטער און שאַנדלער וועט רעפֿערירן אויף דער טעמע: „דאָ ליגט אַ ייִד אַ פּשוטער: שלום־עליכמס עפֿנטלעכער אימאַזש אין אַמעריקע.‟
אינעם צווייטן פּאַנעל וועלן ד״ר שאול זעריט (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט) און ד״ר בנימין שרײַער (פּענסילוואַנער אוניווערסיטעט). מע וועט אַרומרעדן שלום־עליכמס באַציִונג צום מאָנאָלאָג און די ווירקונג פֿון ייִדיש אויף דער נאָכמלחמהדיקער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור.
די שרײַבערין אַליסע סאַלאָמאָן (קאָלומביע־אוניווערסיטעטס שול פֿאַר זשורנאַליסטיק) וועט דערקלערן ווי אַזוי „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן פֿאָלקלאָר. אין אַן עפֿנטלעכער דיסקוסיע צווישן דעם הומאָריסט אַדאַם סאַקס און דער ליטעראַטור־פֿאָרשערין ד״ר סאָני יודקאָף (וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט) וועט מען אַרומרעדן ווי אַזוי די הײַנטיקע קאָמיקער פֿאַרשטייען שלום־עליכם.
אין אַ סעסיע וועגן פּאָפּולער שרײַבן און הומאָר וועט ד״ר מאַרקוס מאָזעלי (נאָרטוועסטערן־אוניווערסיטעט) באַטראַכטן דעם אופֿן ווי אַזוי שלום־עליכם מאַכט חוזק פֿון קינסטלער אין „די פֿריילעכע קאָמפּאַניע‟ און ד״ר גבֿריאלה סאַפֿראַן (סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט) וועט דערקלערן ווי אַזוי שלום־עליכם מאַכט חוזק פֿון די ייִדישע צײַטונג־לייענער אין זײַן דערציילונג „דרײַפֿוס אין כּתרילעווקע.‟ די קאָנפֿערענץ איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען און דער אײַנטריט איז בחינם.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://jewishstudies.wisc.edu/Sholem-Aleichem-Conference.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.