דער „מאַקס ווײַנרײַך־צענטער פֿאַר אַוואַנסירטע ייִדישע שטודיעס“ בײַם „ייִוואָ“ אין ניו־יאָרק האָט לעצטנס געלאָזט וויסן אַז ער אָרדנט אײַן אַ סעריע אַוואַנסירטע סעמינאַרן אויף ייִדיש וועגן פֿאַרשידענע ענינים פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק און סטיליסטיק.
די סעמינאַרן, וואָס ווערן געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון אַרטיקלען, וואָס זענען אַמאָל דערשינען אינעם זשורנאַל „ייִדישע שפּראַך“, ווערן אָנגעפֿירט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע לינגוויסטן און ייִדיש־לערער.
די ערשטע צוויי סעמינאַרן ווערן אָנגעפֿירט דורך צוויי יונגע לינגוויסטן און ייִדיש־לערער, וועמענס נעמען זענען באַקאַנט דעם „פֿאָרווערטס־לייענער“.
איציק בלימאַן, אַ יונגער לינגוויסט וואָס לערנט זיך אויף אַ דאָקטאָראַט אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט און אַן אָפֿטער שרײַבער פֿאַרן „פֿאָרווערטס“, וועט אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר וועגן דעם סינטאַקס פֿון ייִדישע אַדיעקטיוון אויפֿן סמך פֿון אוריאל ווײַנרײַכס אַרטיקל ”זײַן קראַנק — צו זײַן אַ קראַנקער: צום סינטאַקס פֿון ייִדישן אַדיעקטיוו.“. בשעתן סעמינאַר וועט בלימאַן זיך טיילן מיט זײַנע אייגענע פֿאָרשונגען און טעאָריעס וועגן דער טעמע. דער סעמינאַר וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 12 אַ זייגער.
יאַנקל פּרץ־בלום, אַ יונגער לינגוויסט, ייִדיש־לערער און איינער פֿון די שאַפֿער פֿונעם דיגיטאַלישן ייִידיש־קורס „ייִדישפּאָפּ”, וועט אָנפֿירן מיט אַ סעמינאַר וועגן פֿאַרשידענע פּראָבלעמען פֿאַרבונדן מיטן איבערזעצן טעקסטן פֿון אַנדערע שפּראַכן אויף ייִדיש. זײַן רעפֿעראַט איז אויפֿן סמך פֿון מאַקס ווײַנרײַכס אַרטיקל „וואָס הייסט שרײַבן ייִדישלעך: אַנאַליזירט אויף מענדעלעס אַן איבערזעצונג.”. פֿאַרן סעמינאַר וועט מען אַרויסשיקן אַ טעקסט אויף ענגליש, וואָס אַלע אָנטיילנעמער וועלן איבערזעצן אויף ייִדיש. מע וועט דערנאָך פֿאַרגלײַכן די איבערזעצונגען. מע האָט נאָך ניט באַשטימט אַ דאַטע פֿאַרן סעמינאַר אָבער ער וועט פֿאָרקומען אין יאַנואַר.
די וואָס וווינען ניט אין ניו־יאָרק קענען זיך באַטייליקן פֿון דער ווײַטנס דורך „גוגל־הענגאַוטס.”
כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די סעמינאַרן שרײַבט ד״ר ברוכה לאַנג אויף bcaplan7@jhu.edu.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.