די אוניקאַלע לידער פֿון ציליע דראָפּקין קענען שאָקירן אַפֿילו אַ הײַנטיקן לייענער, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם ווי אַזוי דער דורכשניטלעכער ייִדישער לייענער אין די 1920ער יאָרן האָט מסתּמא רעאַגירט אויף זיי.
דראָפּקינס ווערק זענען אין די לעצטע פּאָר יאָר בעסער באַקאַנט דעם אַלגעמיינעם אַמעריקאַנער לייענער אַ דאַנק דעם וואָס אין 2014 איז צום ערשטן מאָל אַרויס אַ זאַמלונג פֿון אירע לידער אין דער ענגלישער איבערזעצונג. די קאָלעקציע, „דער אַקראָבאַט”, האָט אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס צו דראָפּקינס דיכטונג וואָס האָט צום טייל דערפֿירט צו דעם, אַז מע מאַכט איצט אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דראָפּקינס לעבן און שאַפֿן.
די קאָלעקציע „דער אַקראָבאַט” איז דער רעזולטאַט פֿון מער ווי צען יאָר בשותּפֿותדיקע אַרבעט צווישן דרײַ איבערזעצער: די ביבליאָטעקאַרשע און ליטעראַטור־פֿאָרשערין נעמי דזשאָנס, דער ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָר סאַמועל סאָלאָמאָן און די פּאָעטעסע דזשעניפֿער קראָנאָוועט.
לעצטנס האָט קראָנאָוועט געשאַפֿן אַ ראַדיאָ־דאָקומענטאַר, וואָס מע האָט טראַנסמיטירט ווי אַ טייל פֿון דער פּאָפּולערער ראַדיאָ־סעריע „די וועלט אין ווערטער”, אין וועלכן קראָנאָוועט דערציילט וועגן איר באַשלוס זיך אויסצולערנען ייִדיש כּדי איבערצוזעצן די ווערק פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס. אינעם דאָקומענטאַר דערציילט קראָנאָוועט וועגן דעם, ווי אַזוי זי האָט זיך באַקענט מיט נעמי דזשאָנס און סאַמועל סאָלאָמאָן ווי אַ סטודענטקע אין דער „ייִוואָ”־זומער־פּראָגראַם אין 2001. זינט דעמאָלט האָבן זיי מיטגעאַרבעט כּדי איבערצוזעצן יעדעס ליד וואָס דראָפּקין האָט אַמאָל געשריבן.
אַחוץ קראָנאָוועט, וואָס ס׳רובֿ פֿונעם דאָקומענטאַר באַשטייט פֿון איר פּערזענלעכן עסיי, הערט מען אויך אויסצוגן פֿון אַן אינטערוויו מיט נעמי דזשאָנס און ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ — ווי דראָפּקין אַליין לייענט פֿאָר איינס פֿון אירע לידער.
די פּראָגראַם ווערט איצט טראַנסמיטירט איבער גאַנץ אַמעריקע אויף פֿאַרשידענע ענפֿטלעכע ראַדיאָ־סטאַנציעס פֿאַרבונדן מיט דער אָרגאַניזאַציע PRI אָבער מע קען שוין הערן דעם גאַנצן עפּיזאָד אויף דער אינטערנעץ, אָט דאָ: https://www.pri.org/stories/2017-11-08/jennifer-kronovet-studied-yiddish-so-she-could-communicate-dead.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.