„ווער דאַרף בכלל דעם פֿעסטיוואַל?‟ האָט אַ פֿרעג געטאָן דער טאַקסיסט וואָס האָט אונדז געפֿירט פֿון דער אַלטער שטאָט עכּו צו אונדזער האָטעל ניט ווײַט פון דאָרטן. און ער האָט צוגעגעבן: „מ׳דאַרף דעם פֿעסטיוואַל אָפּשטעלן.‟
„איז ער ניט קיין מעלה פֿאַר דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג?‟ פֿרעג איך. „ציט ער ניט צו טוריסטן פֿון איבערן גאַנצן לאַנד? איז עס ניט גוט פֿאַר אײַער פּרנסה?‟
ענטפֿערט דער טאַקסיסט אַזוי: „צוויי קרובֿים מיינע זענען געפֿאַלן אין אונדזערע מלחמות. צו וואָס דאַרף מען אַ פֿעסטיוואַל, וואָס לויבט די פּאַלעסטינער און דריקט אויס זייערע פֿײַנטלעכע שטעלונגען צו אונדז?‟
אויף אַזאַ רעאַקציע האָב איך זיך גאָר ניט געריכט. דער ייִד האָט גערעדט פֿון זײַן טיפֿער נשמה, אין וועלכער עס בלוטיקט דער ישׂראלישער־פּאַלעסטינער סיכסוך און די קרבנות וועלכע זענען פֿאַר אים אַזוי שווער צו דערטראָגן.
„ניין, ניטאָ פֿאַר מיר מער אַרבעט אין די דאָזיקע טעג. כ׳קאָן זיך באַגיין אָן דעם טעאַטער־פֿעסטיוואַל.‟
כ׳האָב פֿאַרשטאַנען אַז אונדזער שמועס איז געקומען צו אַ סוף און פֿון דעם טעמפּן ווינקל צו וועלכן מיר זענען אַרײַנגעקראָכן וועלן מיר שוין ניט אַרויס. פֿון דער קונסט־געשעעניש אין דער צפֿונדיקער שטאָט עכּו, וועלכע קומט פֿאָר צום 38סטן מאָל, בין איך, פּערזענלעך, אַרויס זייער אַ דערמוטיקטער צוליב עטלעכע סיבות וואָס וועלן באַלד אויפֿגעקלערט ווערן.
די פֿאָרשטעלונגען קומען פֿאָר יעדעס יאָר אין דער אַלטער שטאָט, אין די פּרעכטיקע „ריטער־זאַלן”, פֿון דער קרײַצצוגן־תּקופֿה (1291-1095), וועלכע זענען געקומען קיין פּאַלעסטינע באַשיצן די קריסטלעכע הייליקע ערטער וואָס זענען געווען אין מוסולמענישע הענט. אָט די תּקופֿה איז פֿאַראייביקט אין אַ וווּנדערלעכער אַרכיטעקטור, וואָס רופֿט אַרויס התפּעלות און אַזוינס קאָן מען ניט זען אין קיין שום אנדער אָרט.
אין דער רײַכער, קאָלירפֿולער פּראָגראַם וווּ מע האָט אָפּגעדרוקט אַלע פֿאָרשטעלונגען און גאַס־אַרויסטרעטונגען האָט די קולטור־מיניסטאָרין מירי רגבֿ (רעגעוו), בצד מיט איר פֿײַערלעכן „ברוך הבא” צום דעם ברייטן פּובליקום, געהאַט צוגעגעבן: „…ניט געקוקט אויף די דראָונגען מצד פֿאַרשיידענע פֿאַקטאָרן צו בויקאָטירן דעם פֿעסטיוואַל האָב איך פֿאַראָרדנט די מיניסטעריום־באַאַמטע זיי זאָלן אַקטיוו געפֿינען אַ לייזונג צו דעם קריזיס…”
וואָס איז געווען אָט דער קריזיס און דער גאַנצער טאַראַראַם אַרום דעם איצטיקן פֿעסטיוואַל? אַ ישׂראלישע דראַמאַטורגין האָט געהאַט צוגעשטעלט אַ פּיעסע באַזירט אויף בריוו, וואָס פּאַלעסטינער טעראָריסטן פֿאַרשפּאַרטע אין ישׂראלישע תּפֿיסות האָבן געשיקט זייערע משפּחות… האָט מירי רגבֿ, וועלכע געהערט צו דער ליכּוד־פּאַרטיי, געזאָגט „ניעט! דאָס וועט ניט אַדורך”. נאָך שאַרפֿע אַמפּערנישן מיט די וועלכע טענהן, אַז איר שטעלונג איז עובֿר אויפֿן רעכט פֿון וואָרט־פֿרײַהײַט און צילט צו פֿאַרשווײַגן די קינסטלערס, האָט דער פֿעסטיוואַל־דירעקטאָר רעזיגנירט און אַ צאָל קינסטלערס האָבן טאַקע בויקאָטירט דעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל.
ניט געקוקט דערויף איז גאַנץ גיך רעאָרגאַניזירט געוואָרן די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פֿעסטיוואַל. אַזוי אַרום האָבן אַלבערט בן־שלוש, דירעקטאָר און הויפּט־פּראָדוצענט צוזאַמען מיט מוני יוסף, דער קינסטלערישער דירעקטאָר, אין אַ קורצער צײַט צונויפֿגעשטעלט אַן אונטערנעמונג פֿונעם סאַמע העכסטן ניוואָ.
די וויכטיקסטע דערגרייכונג איז וואָס טרופּעס, וועלכע מע האָט פֿריִער געהאַט אויסגעשלאָסן פֿון פּראָגראַם, זענען דאָס מאָל יאָ אַרויסגעטראָטן און אַרײַנגעבראַכט אַ דערפֿרישנדיקע לופֿט. אַנדערש געזאָגט, אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן האָט אַ פֿאַרמאַכטע קליקע באַהערשט דעם פֿעסטיוואַל און יענע קליקע האָט באַשלאָסן וואָס ס׳איז גוט און וואָס ניט, בעיקר פֿאַר זייערע מקורבֿים…
די פֿאָרשטעלונג „עיר המזל” (די מזל־שטאָט), באַזירט אויף אלי וויזעלס בוך „די נאַכט”, שטעלט פֿאָר די חורבן־טעמאַטיק מיט פֿיל עמפּאַטיע צום גורל פֿון די קרבנות און אויך קלאָגענישן צום רבונו־של־עולם. די דראַמאַטיזאַציע איז פֿון אַסף פֿרידמאַן. רעזשי: עמיחי עזר (עזער). דער אַנסאַמבל, וואָס נעמט אויך אַרײַן אַ ליאַלקע, זינגט און באַגלייט זיך מיט דער גיטאַר, אַקאָרדעאָן און קלאַרנעט. זעט אויס אַז די פֿעסטיוואַל־קאָמיסיע וועלכע האָט פֿאַרבעטן די פֿאַרשיידענע טרופּעס, האָט אין דעם פֿאַל און מיט קלוגע עצות צוגעהאָלפֿן, אַז דער פֿאַרמעסט מיט דער שווערער טעמע זאָל געלונגען און אויפֿוועקן אין עולם (בתּוכו אַ סך פֿרומע ייִדן) אַ נאַטירלעכן מיטלײד צום ייִדישן גורל.
אַ גאַנץ אַנדערע פֿאָרשטעלונג איז געווען ,WoMan אַן אומאיבערזעצלעכער טיטל וואָס גיט איבער דײַטלעך דעם אינהאַלט פֿון דער פּיעסע. דהיינו, אַז מאַן און פֿרוי זענען איינס. דער טעאַטער הייסט „מטרה” [ציל]. דער מחבר פֿון דער פּיעסע איז ד״ר לעאָן אַגולאַנסקי און ס’ווערט אונטערשטיצט דורך דער שטאָט אַריאל. די צוויי אַקטיאָרן באַהאַנדלען די פֿראַגע, וווּ געפֿינט זיך די ליבע? ס׳איז דער טראַגישער סיפּור־המעשׂה פֿון אַ מאַן וואָס איז ניט מצליח צו פֿאַרווירקלעכן קיין שום ליבע מיט אַ פֿרוי ביז אַ צופֿעליקער טרעפֿונג מיט אַ מאַן דערפֿירט אים דורכצומאַכן אַן אָפּעראַציע כּדי צו ענדערן זײַן געשלעכט און לייזן זײַן עקזיסטענציאָנעלע פּראָבלעם פֿון דער באַציִונג צו פֿרויען. ניט אַזוי קריסטאַליזירט איז געווען דער אינהאַלט ווי עס איז געווען די פֿאָרם ווי די פּיעסע איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן. זייער אויסגענומען האָט דער געשפּאַנטער און עראָטישער טאַנגאָ־מאָטיוו, וואָס באַטרעפֿט די צענטראַלע טעמע פֿון הערשאַפט און אונטערטעניקייט צווישן די מינים. די־אָ געוואַגטע טעמאַטיק איז אַ גרויסער סופּריז געווען, ווײַל די שטאָט אריאל געפֿינט זיך אין שומרון און איז גראַדע אַסאָציִיִרט מיט אַ קאָנסערוואַטיוון וועלטבאַנעם… נו, דערפֿאַר איז געשאַפֿן אַזאַ אַלטערנאַטיווער טעאַטער־פֿעסטיוואַל: עס זאָל אונדז איבערראַשן און אַנטפּלעקן נײַע וועלטן.
אַ באַזונדערער, פֿאַרכאַפּנדיקער ספּעקטאַקל איז געווען דער טאַנץ־אָוונט „נאָר וועגן זיך”, אויסגעפֿירט פֿון דער טענצערין און כאָרעאָגראַפֿין קרן (קערען) נאָטיק און די פֿלייטיסטין מגל עטר (מאַגאַל אַטאַר), אינספּירירט אין די געשטאַלט פֿון העלען קעלער, די טויב־בלינד־שטומע פֿרוי, וואָס איז גובֿר געווען אירע פֿיזיע באַגרענעצונגען כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער אַרומיקער וועלט.
זיבן ישׂראלישע פֿאָרשטעלונגען זענען אַרײַן אין פּראָגראַם און אויך דרײַ פֿון אויסלאַנד. Lo(r)ca, פֿון שפּאַניע, איז באַזירט אויף טעקסטן פֿון גאַרסיאַ לאָרקאַ. די טעמע איז די האָמאָסעקסועלע באַציִונגען אין־צווישן די פֿיר אַקטיאָרן, נאָר עס ווערט בעיקר אַרויסגעבראַכט די רײַכע, עקסטרעם בײַטנדיקע געפֿילן צווישן די פּערסאָנאַזשן, מער ווי די סעקסועלע, פֿיזישע דימענסיע פֿון זייערע קאָנפֿליקטן. אויסגעצייכנט געשפּילט און רעזשירסירט דורך ברק בן־דוד.
די דריטע פּיעסע וואָס האָט אויף מיר געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק איז געווען Mistero Bufo אויפֿן סמך פֿון טעקסטן פֿונעם איטאַליענישן דראַמאַטורג דאַריאָ פֿאָ (נאָבעל־פּריז 1997). ס׳איז אַ מאָנאָדראַמע אויסגעפֿירט פֿון פּאַנאָס וולאַכאָס. דער גלענצנדיקער אַקטיאָר, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון גריכנלאַנד וואָס וווינט הײַנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ווי אַ ווירטואָז־קינסטלער געשפּילט אויף אַלע גאַמעס פֿון מענטשלעכע געפֿילן. אָן קיין ספֿק, אַן אַקטיאַר פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרנעם, מיט אַ ראַפֿינירטן חוש פֿאַר מוזיק און פֿאַרקערפּערט אין זיך די בעסטע טראַדיציעס פֿון טעאַטער־קונסט.
כ׳האָב זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און געפֿרעגט בײַ אריה יאַס, אַ מיטגליד אין דער קונסט־קאָמיסיע וואָס האָט באַגלייט אַלע ספּעקטאַקלען.
„זאָגט מיר, ביטע, העברעיִש, ענגליש, שפּאַניש האָבן מיר געהערט אויף די בינעס פֿון פֿעסטיוואַל. אפֿשר וועלן מיר איבעראַיאָר זוכה זײַן צו הערן אויך ייִדיש?
„פֿאַר וואָס ניט?‟ איז געווען אריה יאַס׳ ענטפֿער.
נעמענדיק אין באַטראַכט זײַן פּרעסטיזשפֿולער קאַריערע ווי אַ מעדיאַ-מומחה און די נײַע ווינטן וועלכע בלאָזן אין אונדזערע מקומות איז אפֿשר טאַקע דאָ אַ שאַנס אַז אַזוינס וועט געשען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.