קול יעקבֿ און ידי עשׂו

Jacob's Voice and Esau's Hands

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published November 16, 2017.

ווען רבֿקה האָט געשוואַנגערט מיט אירע צוויי צווילינג־זין, האָבן זיי שוין אין איר בויך אָנגעהויבן זיך קריגן.

די חז״ל שילדערן די צוויי ברידער, יעקבֿ און עשׂו, ווי אין גאַנצן היפּוכדיקע פּערסאָנאַזשן. יעקבֿ האָט געלערנט אַ גאַנצן טאָג תּורה, הגם ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן אַז ס׳איז נישט קלאָר, וואָס דאָס מיינט גענוי. די חסידישע צדיקים און מקובלים באַטאָנען, אַז יעקבֿס תּורה איז געווען זײַן ריין־רוחניותדיקער דרך אין עבֿודת־השם — לאַוו־דווקא אונדזער תּורת־משה.

עשׂו האָט פֿאַרבראַכט די צײַט אין דרויסן, פֿאַנגענדיק ווילדע חיות. נאָך אין דער מאַמעס בויך האָט עשׂו זיך געצויגן צו עבֿודה־זרה, און יעקבֿ – צום רבונו־של־עולם. צוליב דעם באַציט זיך די פֿרומע וועלט אָפֿט מיט אַ חשד צו דער דרויסנדיקער וועלט. באַזונדערס בולט ווערט די דאָזיקע טענדענץ אויסגעדריקט צווישן די הײַנטיקע ייִדיש־שפּראַכיקע חסידים און חרדים, וואָס בײַ זיי באַצייכנט דאָס וואָרט „היימישקייט‟ פֿאַקטיש דאָס זעלבע, ווי איידלקייט און ערלעכקייט. זיי מיינען, אַז איידעלע און ערלעכע ייִדן דרייען זיך נישט אין דרויסן – סײַדן אויף די זומער־וואַקאַציעס, וווּ מע פֿאַרברענגט נאָך אַלץ מיטן „היימישן‟ עולם. מע מעג אַרויספֿאָרן מיט אַן אויטאָ אין אַ וואַלד, כּדי צו מאַכן אַ „באַרבעקיו‟ אָדער אַפֿילו פֿאָרן פֿון צײַט צו צײַט אויף די קאַריבישע אינדזלען, וווּ עס זענען שוין פֿאַראַן גענוג כּשרע קוראָרטן. דער עצם־ענין פֿון דרויסן ווערט אָבער באַטראַכט ווי „גוייִשקייט‟ — עשׂוס וועלט, מסוכּן בגשמיות און ברוחניות.

אין אַ געוויסער מאָס און אין אַ מער באַהאַלטענער פֿאָרעם איז אַזאַ צוגאַנג אויך פֿאַרשפּרייט צווישן די מאָדערניזירטע ליובאַוויטשער און מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. ווען יעקבֿ איז צוגעקומען צו זײַן טאַטן, האָט יצחק אים אָנגעטאַפּט און באַמערקט, אַז זײַן זון רעדט ווי יעקבֿ, אָבער האָט עשׂוס הענט. כּדי זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר זײַן ברודער, האָט יעקבֿ זיך איבערגעטאָן אין עשׂוס לעדערנע בגדים. עשׂו אַליין איז געווען אַ האָריקער מענטש מיט אַ רויטלעכער הויט, און ליב געהאַט צו טראָגן פֿעל און לעדער. דערפֿאַר ווערן פֿיזישע מינים אַרבעט אָפֿט אַסאָציִיִרט בײַ ייִדן מיט עשׂון. אין פֿאַרגלײַך מיט די דורכשניטלעכע חרדים באַציִען זיך אַ סך מאָדערנע אָרטאָדאָקסן מער פּאָזיטיוו צום נישט־ייִדישן העכערן און מיטעלן קלאַס. די פּראָסטע אַרבעטער בלײַבן בײַ זיי פֿרעמד.

שלום־עליכם ברענגט אַ באַקאַנטע אילוסטראַציע פֿון אַזאַ צוגאַנג אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן „פֿונעם יריד‟. זײַענדיק אַ קליין קינד, טרעפֿט ער על־פּי צופֿאַל זײַן געוועזענעם חבֿר בערל, וועלכער האָט זיך אָפּגעשמדט און אַרבעט איצט ווי אַ שיפֿלער. קוקנדיק אויפֿן אָפּגעברענטן פּנים און די מאַלאָזיעס אויף די הענט פֿונעם ייִנגל, דערמאָנט זיך דער מחבר אין עשׂוס הענט אין דער הײַנטיקער פּרשה: „והידים — ידי עשׂו.‟

שלום־עליכמס טאָן איז, אַוודאי, אַן איראָנישער. אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע, וווּ זײַן לעצטער ראָמאַן איז אָנגעשריבן געוואָרן, זענען געווען באַשעפֿטיקט מיט כּלערליי פֿיזישע מלאָכות. פֿונדעסטוועגן, בלײַבט דער סטערעאָטיפּ פֿאַרשפּרייט. צו אַרבעטן ווי אַן אַדוואָקאַט אָדער אַ קאָנסולטאַנט אין אַ ביוראָ איז אַ „ייִדישע‟ פּרנסה, אָבער צו שלעפּן שווערע קאַסטנס אויף דער גאַס — אַ „גוייִשע‟. דווקא צווישן די ייִדיש־רעדנדיקע חסידים טרעפֿן זיך נישט ווייניק שאָפֿערן, טרעגער, בויער. נישט געקוקט אויפֿן דאָזיקן פֿאַקט, איז בײַ זיי פֿאָרט אין גאַנג אַ כאַראַקטעריסטישער אויסדרוק: „אַ ביליקער גוי‟.

אין דער אמתן, זענען אַזעלכע טענדענצן, זײַענדיק דערצו אומיושרדיק און בפֿירוש שאָוויניסטיש, אַ קוואַל פֿון מחלוקת צווישן ייִדן – דווקא פּוסטע סיכסוכים אָן קיין ממשותדיקע סיבות. פֿון פֿאַרשיידענע גאַנץ שׂכלדיקע אָדער טיף מיסטישע תּירוצים, פֿאַרוואָס יעקבֿ האָט געמוזט אָפּנאַרן זײַן ברודער, קאָן מען צונויפֿשטעלן גאַנצע ספֿרים. להיפּוך, הייבן צומאָל אָן ברענען אויף דער ייִדישער גאַסן פּוסטע קריגערײַען, אָפֿט פֿאַרבונדן מיטן באַגער צו זײַן מער „היימיש‟, ווי די אַנדערע ייִדן.

אַ טייל חסידים — גאַנץ פֿאַרמעגלעכע — פֿאַרברענגען דעם ווינטער אין מיאַמי. גוואַלד, שרײַען די אַנדערע און צעקלעפּן אויף די גאַסן פּאַשקעווילן קעגן די נסיעות אין „מסוכּנע‟ מקומות. אַ חסיד לערנט זיך אין קאָלעדזש, דווקא כּדי צו באַקומען אַ שטילע פּרנסה, וואָס פֿאָדערט נישט קיין פֿיזישע מי. אויך נישט גוט — ווידער מסוכּן! אין עטלעכע באַקאַנטע פֿאַלן, צוליב היפּוכדיקע צוגאַנגען צו „מאָדערנקייט‟ — הייסט עס, צו דער דרויסנדיקער וועלט — האָבן אויפֿגעפֿלאַקערט גאַנצע מלחמות טאַקע צווישן ברידער, די יורשים פֿון באַקאַנטע חסידישע דינאַסטיעס. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן זייערע חסידים זיך אויך צעקריגט.

די קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, פֿאַרוואָס יצחק האָט באַזונדערס ליב געהאַט עשׂון. עשׂו איז דאָך געווען אַ רשע! אַחוץ באַקאַנטע פּסיכאָלאָגישע און מיסטישע טעמים, קאָן מען פֿאָרלייגן אַ פּשוטן ענטפֿער: אויב אַפֿילו מע ווייסט, אַז עמעצער איז אַ בעל־עבֿירות און געפֿינט זיך ווײַט מחוץ־למחנה, מוז מען שטרעבן ווײַטער און אַפֿילו נאָך שטאַרקער אַרויסצוּווײַזן ליבשאַפֿט צו אַזאַ מענטש, ווי עס באַטאָנט הרבֿ יונתן סאַקס, דער געוועזענער בריטישער הויפּט־רבֿ, אין אַ קאָמענטאַר אויף אונדזער פּרשה.

אַדרבה, שׂינאה און מחלוקתן קאָנען אַוועקפֿירן אַ העסלעכן מענטש ווײַט פֿונעם תּורה־וועג. דערצו, איז נישט אַלעמאָל קלאָר, ווער ס׳איז ווײַט, און ווער ס׳איז נאָענט. אין אונדזער פּרשה, ווערט יעקבֿ געשילדערט ווי אַ „יושבֿ אוהלים‟ — אַ מענטש, וואָס זיצט אין געצעלטן. דאָס דרייען זיך אין דרויסן לשם־שמים, אינעם בוכשטעבלעכן אָדער גײַסטיקן זינען, קאָן אָבער אויך זײַן אַ הייליקע עבֿודת־השם.