כּדי אָפּצומערקן 120 יאָר זינט דער גרינדונג פֿונעם „פֿאָרוועטס‟ האָט די „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק דורכגעפֿירט אַ ריזיקע גאַלאַ־פֿײַערונג בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟. עס זענען געקומען בערך 400 געסט.
בײַ דער געלעגנהייט האָט מען צוגעטיילט דעם געוועזענעם פֿאַרלעגער פֿון „פֿאָרווערטס‟, שמואל נאָריך, אַן אויסצייכענונג אויפֿן נאָמען פֿון אַב קאַהאַן ווי אַן אָנערקענונג פֿון זײַנע לאַנגע יאָרן בײַם רודער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ און Forward. מע האָט אויך געגעבן פּרעמיעס דער באַרימטער טעלעוויזיע־זשורנאַליסטקע אַנדרעאַ מיטשל און דעם גרינדער פֿון „באָזפֿיד‟ בען סמיט ווי אַן אָנערקענונג פֿון זייער צוטראָג צום אַמעריקאַנער זשורנאַליזם.
מיטשל האָט דערמאָנט אין איר רעדע, וואָס מע האָט פֿילמירט פֿון פֿריִער אין דער טעלעוויזיע־סטודיאָ פֿון NBC אין וואַשינגטאָן, אַז איר באָבע פֿלעגט יעדן טאָג לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟ און פֿלעג פֿאַר איר איבערזעצן געוויסע אַרטיקלען אויף ענגליש. אין זײַן רעדע האָט בען סמיט דערקלערט אַז ער האָט פֿאַקטיש אָנגעהויבן זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע בײַם Forward.
די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאַרמאָגט אַ בכּבֿודיקע ראָלע אין דער פּראָגראַם. רייטשל פֿישמאַן־פֿעדערסאָן, די פֿאַרלעגערין פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ און Forward, האָט דערמאָנט ווי וויכטיק וואָס עס איז הײַנט פֿאַר דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע איר שליחות אויפֿצוהאַלטן און אונטערצושטיצן די ייִדישע שפּראַך. שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרשע פֿון „פֿאָרווערטס‟, האָט גערעדט פֿאַרן עולם אויף ייִדיש און ענגליש, דערקלערנדיק וועגן דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון דער צײַטונג אין דער תּקופֿה פֿון פֿייסבוק און טוויטער. בײַם סוף פֿון איר רעדע האָט זי פֿאָרגעשטעלט דניאל קאַהן, וועמען מע האָט געבראַכט פֿון בערלין ספּעציעל כּדי ער זאָל זינגען פֿאַרן עולם זײַן ייִדישן נוסח פֿון לענאַרד כּהנס „הללויה‟. זײַן אויפֿטריט האָט אַזוי באַגײַסטערט דעם עולם, אַז צום סוף האָט שוין דער גאַנצער עולם מיטגעזונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.