(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין יעדן פּרט פֿונעם אוניווערס, אַרײַנגערעכנט די גראָבע שטיינדלעך, געפֿינען זיך באַהאַלטענע פֿינקעלעך געטלעכקייט. הגם דער באַשעפֿער האָט מצמצם געווען — כּבֿיכול, אויסבאַהאַלטן פֿון אונדז זײַן ליכט — איז ער איבעראַל בנימצא. אין יעקבֿס חלום האָבן די שטיינער זיך פֿאַרוואַנדלט פֿונעם גשמיותדיקן בוי־מאַטעריאַל אינעם קומענדיקן בית־המיקדש — דאָס אָרט, וואָס פֿאַראייניקט גשמיות מיט רוחניות. יעדער שטיין האָט זיך „געקריגט‟ פֿאַרן בעסטן אָרט אין יעקבֿס שׂכל, ווײַל יעדע זאַך אין דער וועלט האָט איר באַזונדערע מעלה אינעם געטלעכן פּלאַן פֿונעם וועלטבאַשאַף. דער „קאָנפֿליקט‟ צווישן די שטיינער איז געלייזט געוואָרן אין יעקבֿס וויזיע, ווײַל פֿון דער העכערער פּערספּעקטיוו, קוקנדיק אויף דער ערד פֿונעם הימלישן „לייטער‟, איז די גאַנצע וועלט אַ גרויסער „קישן‟, וואָס קאָן העלפֿן דעם מענטש אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ און דערזען דעם הימל.
אַוודאי, מעג מען גלייבן אויך אינעם בוכשטעבלעכן פּשט פֿון דער מעשׂה מיט די „צעקריגטע‟ שטיינער, אָבער איר גײַסטיקער באַדײַט לייגט זיך גאַנץ גוט אויפֿן שׂכל.
אינעם ספֿר־הזוהר שטייט געשריבן: „סולם דאָ צלותא‟ — יעקבֿס לייטער איז די תּפֿילה. רבי נחמן בראַצלעווער גיט די עצה צו שאַפֿן אייגענע תּפֿילות. די באַקאַנטע זאַמלונג „ליקוטי תּפֿילות‟ פֿון זײַן עיקר־תּלמיד, ר׳ נתן שטערנהאַרץ, איז בלויז איין מעגלעכער מוסטער פֿון אַזעלכע ספּאָנטאַנע שאַפֿונגען. לויט רבי נחמנען, איז באַזונדערס גוט מתפּלל צו זײַן מיט די אייגענע ווערטער אויף ייִדיש בײַנאַכט אין אַ פֿעלד צי אַ וואַלד, נאָכמאַכנדיק אין אַ געוויסער מאָס יעקבֿ אָבֿינוס מיסטישע נסיעה.
פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די געוויינטלעכע טאָגטעגלעכע תּפֿילות אינעם סידור אויך אַ מעכטיקער אינסטרומענט פֿאַרן פּערזענלעכן גײַסטיקן וווּקס. אויב אַפֿילו זיי קלינגען נודנע איבערגעחזרט, דינען זיי ווי דער וויכטיקסטער „לייטער‟ צום הימל. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, בלײַבן די גשמיותדיקע טרעפּ אין אונדזערע היימען אַלעמאָל די זעלבע. אַדרבה, פֿון צעבראָכענע אָדער גליטשיקע טרעפּ קאָן מען, נעבעך, אַראָפּפֿאַלן.
הגם די טרעפּ און לייטערס שטעלן מיט זיך פֿאָר די זעלבע קאָנסטרוקציע, קאָנען זיי פֿירן אויך אין פֿאַרשיידענע מקומות — אָבער, סוף־כּל־סוף, פֿירן זיי אַרויף, אַבי מע זאָל נישט פֿאַלן, חס־ושלום. דאָס פֿאַלשע געפֿיל, אַז דער טעקסט פֿונעם סידור איז נודנע און איבערגעחזרא, איז גופֿא אַ גײַסטיקע מפּלה.
כּדי צו אַנטדעקן זײַן אייגענעם וועג אינעם הימל, מוז דער מענטש זיך צוגעוווינען, ביסלעכווײַז, צו גיין אַלץ העכער און העכער אויפֿן „לייטער‟ פֿון די געוויינטלעכע טאָג־טעגלעכע תּפֿילות. אומצאָליקע חסידישע און קבלה־ספֿרים דערקלערן, ווי אַזוי אין די זעלבע תּפֿילה־ווערטער קאָן מען יעדעס מאָל געפֿינען נײַע אוצרות פֿון באַדײַט און ליכטיקייט. די מלאָכים וועט איר לאַוו־דווקא זען — אויב אַפֿילו איר זענט טאַקע אַ גרויסער צדיק, איז עס זעלטן אַ סימן פֿונעם פּסיכישן געזונט — אָבער אויף אײַער פּערזענלעכן וועג אַרויף קאָנט איר זיכער זען, ווי אַזוי פֿון די צופֿעליקע שטיינער און אַנדערע פּראָסטע עלעמענטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן באַקומט זיך אַ וווּנדערלעכע און ליכטיקע מאָזאַיִק פֿונעם געטלעכן וועלטבאַשאַף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.