(זעט אויך ווידעאָ אונטן)
מיט עטלעכע וואָכן צוריק, פֿונעם 5טן ביזן 8טן נאָוועמבער, איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַרזאַמלונג פֿון ייִדן וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן ווי קינדער — ווי אויך זייערע אָפּשטאַמיקע. ווי באַלד איך וווין די טעג אין ירושלים האָב איך באַשלאָסן אויף איין טאָג זיך אַליין אַרײַנצוכאַפּן. (מײַן זיידע, ד״ר מרדכי שעכטער, איז געווען אין טשערנעוויצער געטאָ.)
זיץ איך דאָרט מיטאָגצײַט אין עסצימער לעבן אַ פֿרוי און כ׳פֿאַרפֿיר מיט איר אַ שמועס. זי הייסט טובֿה פֿרידמאַן, וווינט הײַנט אין ניו־יאָרק און איז איינס פֿון די ייִנגסטע קינדער וואָס האָט איבערגעלעבט אוישוויץ — אין איינעם מיט איר מאַמען. „ווען די רוסן האָבן באַפֿרײַט אוישוויץ בין איך אַלט געווען פֿינעף יאָר,‟ האָט זי געזאָגט.
נאָך דער באַפֿרײַונג האָבן זיי זיך אומגעקערט אין זייער היימשטאָט טאָמעשעוו־מאַזאָוויעצקי, כּדי געווויר צו ווערן צי ס׳האָבן אַנדערע קרובֿים איבערגעלעבט די מלחמה.
„מײַן מאַמע האָט געהאַט 150 מענטשן אין דער משפּחה, נײַן ברידער און שוועסטער, מיט אַלע זייערע קינדער. קיין איינער פֿון זיי איז נישט צוריקגעקומען,‟ האָט טובֿה דערציילט. פֿון די 15,000 ייִדן וואָס האָבן געוווינט אין טאָמעשעוו־מאַזאָוויעצקי פֿאַרן חורבן זענען פֿאַרבליבן אַן ערך 300. און פֿון די 5,000 קינדער פֿאַרן חורבן זענען פאַרבליבן נאָר פֿינעף מיידעלעך.
נאָך דרײַ יאָר וואָס טובֿה און איר מאַמע האָבן געוווינט אין טאָמעשעוו־מאַזאָוויעצקי, און שפּעטער אין די־פּי־לאַגער, איז טובֿה געקומען מיט אירע עלטערן קיין ניו־יאָרק. זי האָט באַוויזן צו געפֿינען דרײַ פון די פֿיר אַנדערע טאָמעשעווער מיידלעך און זינט דעמאָלט זענען זיי אַלע געבליבן אין פֿאַרבינדונג. פֿרידע טענענבוים האָט זיך באַזעצט אין באָסטאָן; רוטקע גרינשפּאַן חיימס — אין קאַנאַדע, און רינע מאַרגוליעס טשערנאָף — אין ברוקלין.
דאָס פֿערטע מיידעלע האָט זי קיין מאָל נישט געפֿונען.
די געשיכטע פֿון די לעצטע מיידעלעך פֿון טאָמעשעוו איז געווען אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק אַז אין 1998 איז אַרויס אַ בוך וועגן זייערע איבערלעבונגען.
צום באַדויערן זענען צוויי פֿון די פֿרויען שוין אויף יענער וועלט, האָט טובֿה מיר געזאָגט. אין 2008 האָט רוטקע זיך גענומען דאָס לעבן, און דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער איז רינע ניפֿטר געוואָרן. „זענען געבליבן פון אונדז פֿינף טאָמעשעווער מיידלעך נאָר פֿרידאַ מיט מיר,‟ האָט זי געזאָגט.
„יאָרן לאַנג טראַכט איך וועגן דעם פֿיפֿטן קינד וואָס איז פאַרלוירן געגאַנגען,‟ האָט זי צוגעגעבן. „ערגעץ אין דער וועלט, מוז זי זײַן.‟
נאָך אונדזער שמועס איז טובֿה אַוועק פון טיש כּדי צו רעדן מיט אַנדערע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ. איך בין ווײַטער געזעסן, אָפּגעגעסן, און זיך צערעדט מיט אַ פּאָר ישׂראלים, קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה. אויפֿן וועג אַרויס פון עסזאַל, האָב איך פּלוצלינג דערזען ווי טובֿה, אַן אויפֿגעהײַטערטע, רעדט מיט אַ צווייטער פרוי און דריקט איר שטאַרק די האַנט. דערווײַל האָט זיך אַרום די צוויי פֿרויען פאַרזאַמלט אַ קליינער עולם.
„קום אַהער!‟ האָט טובֿה פּלוצעם אויסגערופֿן צו מיר, מאַכנדיק מיט דער האַנט. „דאָס איז זי, דאָס פֿיפֿטע קינד פון טאָמאַשעוו!‟
כ׳בין צוגעלאָפֿן און דערזען אַז אויף דער פֿרויס עטיקעט שטייט דער נאָמען רות מעלצער, פֿון מינכען.
„איך און פרידע, וואָס לעבט אין באָסטאָן, האָבן געמיינט אַז מיר זענען די לעצטע פֿאַרבליבענע פֿון טאָמעשעוו־מאַזאָוויעצקי!‟ האָט טובֿה געזאָגט.
„— און איצט האָט זי זיך געפינען אַזאַ מציאה ווי איך!” האָט רות מיט אַ שמייכל זיך געוויצלט. כאָטש רות האָט געזאָגט אַז זי האָט שוין יאָרן לאַנג נישט גערעדט קיין ייִדיש האָט זי איצט זיך צערעדט אויף אַ היימישן פּויליש־ייִדיש.
במשך פֿון אַ שעה צײַט האָבן טובֿה און רות זיך געטיילט מיט זייערע זכרונות וועגן יענע טעג אין טאָמעשעוו ווען אַלע האָבן יעדן טאָג געקוקט מיט נײַגער אויף די רשימות נעמען אויף דער וואַנט, וואַרטנדיק צו געפֿינען די נעמען פֿון זייערע קרובֿים און פֿרײַנד.
„זייער גוט!‟ האָט טובֿה געזאָגט. „פֿון פֿינעף נאָכן קריג זענען דרײַ נאָך דאָ. און נישט נאָר לעבן מיר, מיר לעבן זיך גוט!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.