גאָלדפֿאַדענס „די כּישוף־מאַכערין‟ אין „פֿאָלקסבינע‟

Goldfaden's "Sorceress" at the Folksbiene


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 22, 2017.

די „פֿאָלקסבינע‟ וועט ווידער פֿאָרשטעלן אַ קלאַסישע אָפּערעטע פֿון דער ייִדישער בינע מיט אַ באַנײַטער פּאַרטיטור. דער טעאַטער, וואָס פּראַוועט באַלד דאָס 103סטע יאָר, וועט פֿאָרשטעלן אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „די כּישוף־מאַכערין‟ פֿונעם 25סטן דעצעמבער ביזן ערשטן יאַנואַר.

די פֿאָרשטעלונג, אונטערן רעזשי פֿון מאָטל דידנער און דער מוזיקאַלישער לייטונג פֿון זלמן מלאָטעק, ווערט פּרעזענטירט ווי אַ טייל פֿון אַ נײַער איניציאַטיוו צו ראַטעווען און רעסטראַווירן פֿאַרלוירענע ווערק פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער. כאָטש „די כּישוף־מאַכערין‟, וואָס האָט דעבוטירט אין 1879, איז אַמאָל געווען פּאָפּולער, האָט מען זי ניט אינסצענירט שוין העכער 80 יאָר. די רעסטאַוורירטע פּאַרטיטור נעמט אַרײַן אָרקעסטראַלע אַראַנזשירונגען פֿון 1916, וואָס מע האָט לעצטנס אַנטדעקט אין ווילנע צווישן די מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט געראַטעוועט דורך דער „פּאַפּירענע בריגאַדע‟.

אַחוץ דעם וואָס „די כּישוף־מאַכערין‟ איז געווען איינע פֿון גאָלדפֿאַדענס פּאָפּולערסטע אָפּערעטעס, איז זי אויך נאָענט פֿאַרבונדן מיט נאָך אַ וויכטיקן געשטאַלט אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער: באָריס טאָמאַשעווסקי. כאָטש בלויז אַ ייִנגל פֿון 14 יאָר, האָט טאָמאַשעווסקי אין 1882 פּראָדוצירט די סאַמע ערשטע טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש אין אַמעריקע — דווקא גאָלדפֿאַדענס „די כּישוף־מאַכערין‟. הייסט עס אַז די פּיעסע, כאָטש אָנגעשריבן געוואָרן אין רומעניע, איז געווען די בראשית פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער.

די „כּישוף־מאַכערין‟ וועט פֿאָרגעשטעלט ווערן מיט אַ טרופּע פֿון 17 אַקטיאָרן און אַן אָרקעסטער פֿון 10 מוזיקער. די פֿאָרשטעלונג וואָס קומט פֿאָר ניטל איז שוין אויספֿאַרקויפֿט. בילעטן פֿאַר די אַנדערע פֿאָרשטעלונגען קען מען קויפֿן דאָ: //nytf.org/?event=the-sorceress.