קאָנצערט פֿון ייִדישע קונסטלידער אין ייִוואָ

Concert of Yiddish Art Song in YIVO

courtesy of yivo.org

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 28, 2017, issue of October 27, 2017.

אין „ייִוואָ‟ וועט מען פּראַווען די צווייטע נאַכט חנוכּה מיט אַ ספּעציעלן קאָנצערט פֿון ייִדישע קונסטלידער. די פּראָגראַם, „אַ ייִדישער לידער־אָוונט‟, וועט דורכגעפֿירט ווערן אויפֿן שטייגער פֿון קאַמער־מוזיק, נוסח Liederabend.

אויפֿן קאָנצערט וועט מען פֿאָרשטעלן די מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס פֿון לאַזאַר ווײַנער, שלמה ראָסאָווסקי, מיכאל מילנער און שלמה גאָלוב ניצנדיק טעקסטן אָנגעשריבן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, מאָריס ראָזענפֿעלד און מרדכי געבירטיג.

עס וועלן אויפֿטרעטן די זינגער אידע ריי־כּהנא, עליזאַבעט שמש, רפֿאל פֿרידער, שמעון ספּיראָ און ראָבערט פּאַול עבעלסאָן. אויף דער פּיאַנע וועט זיי באַגלייטן דער באַרימטער פּיאַניסט און לאַזאַר ווײַנערס זון, יהודי ווײַנער.

אין צוזאַמענהאַנג מיטן קאָנצערט וועט ד׳׳ר ניל לעווין, דער איצטיקער גאַסט־פּראָפֿעסאָר אין מוזיק בײַם „ייִוואָ‟, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישע קונסטלידער און זייער שײַכות צו דער ייִדישער ליטעראַטור.

ווי עס פּאַסט פֿאַר חנוכּה, וועט מען אָנצינדן אַ חנוכּה־לאָמפּ און זינגען בציבור. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 13טן דעמעצבער, 7:30 אין אָוונט. דער אײַנטריט איז 10$ פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער און סטודענטן און 15$ פֿאַרן ברייטן עולם. כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט:

https://www.yivo.org/Liederabend