אונדזער הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער דערציילונג וועגן יעקבֿ אָבֿינוס אומקער אַהיים קיין ארץ־כּנען. יעקבֿ האָט מורא געהאַט, אַז זײַן ברודער עשׂו איז נאָך אַלץ ברוגז. כּדי שלום צו מאַכן מיטן ברודער, האָט יעקבֿ אַרויסגעשיקט אַ גאַנצן קאַראַוואַן מתּנות, אָבער זיך אויך צוגרייט צו אַ מעגלעכער מלחמה.
נישט אַלע מפֿרשים גלייבן, אַז יעקבֿ האָט פּלאַנירט זיך צו קריגן מיטן ברודער. רבי יואל טייטלבוים, דער סאַטמאַרער רבי, ברענגט אַן אַנדער דעה, ווי אַ טייל פֿון זײַן קריטיק פֿון ציוניזם, אַז יעקבֿ האָט גוט באַטראַכט, ווי אַזוי צו אַנטלויפֿן מיט זײַן גאַנצן הויזגעזינד, טאָמער עשׂו וויל זיך מיט אים שלאָגן. הגם די ייִדישע טראַדיציע איז נישט אינגאַנצן אַ פּאַציפֿיסטישע, באַטאָנט דער סאַטמאַרער רבי אין זײַנע ספֿרים, אַז על־פּי תּורה זענען די מלחמות די לעצטע, סאַמע עקסטרעמע אָפּציע.
אַזוי צי אַזוי, צי יעקבֿ איז געווען גרייט זיך צו שלאָגן, אָדער צו אַנטלויפֿן, האָט ער חושד געווען, אַז זײַן ברודער איז נאָך אַלץ געפֿערלעך אויפֿגעבראַכט אויף אים. אונדזער סדרה דערציילט, אַז אויפֿן וועג אַהיים האָט ער זיך יאֶָ געשלאָגן – אָבער מיט אַ מלאך. די חז״ל דערקלערן, אַז עשׂוס שׂר איז אַראָפּגעקומען פֿון הימל זיך צו שלאָגן מיט יעקבֿן. יעקבֿ האָט געוווּנען און באַקומען דערפֿאַר זײַן צווייטן נאָמען – ישׂראל.
„כּי שׂרית עם אלקים ועם אנשים ותּוכל‟, האָט אים געזאָגט עשׂוס מלאך: דו האָסט זיך געשלאָגן מיטן געטלעכן כּוח און מיט מענטשן, און האָסט טאַקע געוווּנען. עס פֿרעגט זיך אַ קשיא: איז עשׂוס מלאך געווען טאַקע אַ געטלעכער, צי אַ בייזער כּוח? אויב ער איז געווען אַן עכטער מלאך, פֿאַרוואָס האָט יעקבֿ געדאַרפֿט זיך שלאָגן מים אים? אויב ער איז געווען אַ בייזער כּוח, פֿאַרוואָס האָט ער געגעבן דעם בכּבֿודיקן נאָמען, צוליב וועלכן אַלע ייִדן הייסט הײַנט עם־ישׂראל?
אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט וועגן דעם מיסטישן לייטער, וועלכן יעקבֿ אָבֿינו האָט דערזען אין חלום אויפֿן וועג צו זײַן פֿעטער לבֿן. דער לייטער איז מרמז אויפֿן וווּנדערלעכן כּוח פֿון תּפֿילה, וואָס דערמעגלעכט דעם מענטש זיך אויפֿצוהייבן מדרגות־ווײַז פֿון דער גראָבער ערד ביזן סאַמע הימל – און נאָכמער, צו זען, אַז גשמיות איז אויך פֿול מיטן געטלעכן ליכט. אַן אַנדער וויכטיקער אַספּעקט פֿון עבֿודת־התּפֿילה איז די אינערלעכע מלחמה מיטן יצר־הרע. „שעת צלותא שעת קרבֿא” – די צײַט פֿון דאַוונען איז די צײַט פֿון מלחמה, זאָגט דער הייליקער ספֿר־הזוהר.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז די אינערלעכע מלחמה מיטן יצר־הרע שווערער, ווי די גשמיותדיקע. די ליובאַוויטשער חסידים רופֿן אָן דעם יצר־הרע ‟דער קלוגינקער‟. אונדזער אינערלעכער שׂונא איז נישט צו קלוג, אָבער פֿאָרט גיט זיך אַלעמאָל ‟קלוגינקע‟ עצות ווי אַזוי אונדז אָפּצונאַרן און פֿאַרפֿירן. די פֿאַך פֿון אַ סאָלדאַט איז זיכער אַ סכּנותדיקע, אָבער פֿאָדערט בלויז געוויסע קענטענישן, דיסציפּלין, דעם פֿיזישן כּוח און די פֿעיִקייט גובֿר צו זײַן דעם פּחד. טיפֿע פּסיכאָלאָגישע זיך־גריבלענישן קאָנען אַפֿילו זײַן אַ סכּנה בעת אַ קריג, ווען דער מיליטערמאַן מוז זיך אויפֿפֿירן ווי אַ מין מאַשין, וואָס פֿרעגט נישט קיין קשיות.
אָפּצוזאָגן די ווערטער בײַם דאַוונען איז גאַנץ גרינג. צו פֿאַרשטיין די ווערטער, אַנשטאָט צו דאַוונען אינעם „אויטאָמאַטישן רעזשים‟ קאָן יעדער אויך; מע מוז בלויז קאָנען גוט דעם נוסח און טראַכטן, וואָס מע זאָגט. צו דערגרייכן אַ התלהבֿות בײַם דאַוונען איז אויך נישט קיין גרויסע חכמה. די חסידישע צדיקים גיבן אַ גאַנצע ריי פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי אַ מתפּלל קאָן אַרײַנפֿאַלן אין אַ עכטן עקסטאַז.
אָט דאָ קומט אָבער דער „קלוגינקער‟ און מאַכט אונדז גלייבן, אַז אויב מע ווערט נתפּעל בשעת דאַוונען, זענען מיר שוין גרויסע צדיקים. די עקסטאַטישע געפֿילן קאָנען שטערן דער תּפֿילה; אַנשטאָט צו פֿאָקוסירן זיך אויף די ווערטער, טראַכט מען בכלל נישט, וואָס מע זאָגט – אַבי מע זאָל זיך פֿילן דערהויבן. כּדי צו קאָמבינירן דאָס התלהבֿות מיטן קלאָרן שׂכל מוז מען מנצח זײַן אַ שווערע אינערלעכע מלחמה.
ס׳איז וויכטיק צו פֿאַרשטיין, אַז אונדזער יצר־הרע קומט אויך פֿונעם באַשעפֿער און דינט ווי אַ מיטל, וואָס קאָן אונדז העלפֿן צו דערגרייכן העכערע השׂגות פֿון רוחניות. דאָס התפּעלות בײַם דאַוונען איז אַ פֿאָרעם פֿונעם זעלבן כּוח – „ליבידאָ‟ אין דער הײַנטצײַטיקער פּסיכאָלאָגיע – וואָס ציט דעם מענטש צו טאָן עבֿירות. דער היפּוכדיקער כּוח, וואָס הייסט אין פּסיכאָלאָגיע „טאַנאַטאָס‟, ציט צו מרה־שחורה און אַגרעסיווע נאַרישקייטן, אָבער קאָן אויך אויסגענוצט ווערן אין עבֿודת־השם, ווען מע שטרעבט אַרויפֿצוגיין אויפֿן הימלישן „לייטער‟ און פֿאַרגעסן אינגאַנצן אויף אַ ווײַל פֿון עולם־הזה.
אַזוי צי אַזוי, האָט יעקבֿ געוווּנען דעם אינערלעכן קריג. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס אָבער צו זײַן שלום מאַכן מיט עשׂו? אַחוץ פֿאַרשיידענע מיסטישע אָפּטײַטשן, קאָן מען פֿאָרלייגן אַ פּשוטן תּירוץ. אַ מענטש, וואָס האָט זיך אויסגעלערט, ווי אַזוי צו באַקעמפֿן זײַן אייגענעם יצר־הרע בײַם דאַוונען און צו פֿאַרוואַנדלען די אינסטינקטן אין הייליקע „מלאָכים‟, ווערט נאַטירלעך אַ גוטער פּסיכאָלאָג, וועלכער ווייסט, ווי אַזוי אײַנצושטילן אַפֿילו דעם סאַמע אויפֿגעבראַכטן פּערזענלעכן שׂונא.
אויב אַפֿילו מע מיינט, אַז די הויכע עבֿודת־התּפֿילה מיטן אינערלעכן קאַמף בײַם וועג אויפֿן „לייטער‟ צום הימל איז נישט פֿאַר פּשוטע מענטשן, איז כּדאַי צו באַטראַכטן דעם דערמאָנטן סאָציאַלן עפֿעקט. אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן, קאָן דאָס שלום מאַכן אויך זײַן אַ מין „מלחמה‟, וואָס פֿאָדערט גוט באַטראַכטע סטראַטעגיעס, אַנטשלאָסנקייט מוחל צו זײַן און צו מאַכן אַ פּשרה, און אַ שטרענגע דיסציפּלין. אַ מענטש, וואָס גריבלט זיך אין זיך אַליין בײַם דאַוונען און שטרעבט דורך פֿאַרשיידענע מיטלען פּטור צו ווערן פֿון זײַטיקע מחשבֿות און תּאוות, קאָן בעסער פֿאַרשטיין דעם צווייטן און דינען ווי אַ גוטער עצה־געבער אין אַזעלכע ענינים, ווי שלום־בית און מחלוקתן אין דער קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.