דער צושטײַער פֿון דער בונדישער באַוועגונג צום ייִדישן לעבן אין פֿראַנקרײַך ווײַזט זיך עפּעס אויס ווי אַ ריז פֿאַרוויקלט אין די נעפּלען פֿון עבֿר. ערשט אין די לעצטע פֿאַרגאַנגענע יאָרן האָבן שוין אַ ריי היסטאָריקער — און נישט בלויז פֿון ייִדישן אָפּשטאַם — דורכגעפֿירט אוניווערסיטעטישע פֿאָרשונגען געווידמעט דעם דאָזיקן ענין.
דעם 10טן דעצעמבער, במשך פֿון אַ גאַנצן טאָג, וועלן די דאָזיקע היסטאָריקער, צוזאַמען מיט געוועזענע און הײַנטיקע טוערס, אַרומרעדן אין דער טיף די דאָזיקע געשיכטע אינעם באַוווּסטן פּאַריזער לאָקאַל פֿון מעדעם צענטער — אַרבעטער רינג:
די ערשטע בונדישע קרײַזן זײַנען אײַנגעשטעלט געוואָרן דאָ אין לאַנד אין די 1920ער יאָרן, אין דער צײַט פֿון דער גרויסער אימיגראַציע פֿון מזרח־אייראָפּעישע ייִדן אין פֿראַנקרײַך בכלל, און אין פּאַריז בפֿרט. אָבער בונדיסטן האָבן שוין פֿריִער ווי איינצלנע טוער געטאָן זייער געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעט. צווישן זיי איז כּדאי צו דערמאָנען יהודה (זשיול) יאַקובאָוויטש און דוד ראַפּאָפּאָרט ע״ה.
אין דער תּקופֿה ווען עס האָבן אַנטשטאַנען צענדליקער ייִדישע לאַנדמאַנשאַפֿטן אין פּאַריז, האָט אַ בונדישער קרײַז גופֿא אָנגעהויבן זיך פֿאַרזאַמלען אין אַ הינטער־זאַל פֿון אַ קאַפֿע, און תּיכּף דאָרטן אויפֿגעשטעלט אַ לײַ־ביבליאָטעק, וואָס איז געוואָרן מיט דער צײַט, אַ דאַנק דער איבערגעגעבנקייט פֿון די ליבהאָבער פֿון ייִדישע שריפֿטן ווי קיוואַ ווײַסבראָט ע״ה, די דריט־גרעסטע זאַמלונג פֿון ייִדיש־ביכער אין דער וועלט. (די גרעסטע אין אייראָפּע איז די הײַנטיקע מעדעם־ביבליאָטעק). צווישן די יונגע בונדיסטן — דער דיכטער דוד אײַנהאָרן. באַלד נאָכדעם האָט מען געשאַפֿן, אינעם ראַם פֿונעם אָרטיקן אַרבעטער־רינג ברענטש, די צוגאָב־שולן פֿאַר ייִדישע קינדער דערצויגן אין פֿראַנקרײַך, און געזעלשאַפֿטלעכע אונטערנעמונגען. צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע־אַרבעטער באַוועגונגען, האָט דער בונדישער קרײַז אײַנגעריכט אן אַמבולאַטאָריע, אַ גאַרדעראָב און אַ קינדער־קאָלאָניע בײַם ים־ברעג. שפּעטער, אין די יאָרן פֿון נאַצישע רדיפֿות, האָבן די בשותּפֿותדיקע פֿאַראיינען געשפּילט זייער אַ וויכטיקע ראָלע אינעם ציווילן ווידערשטאַנד, בײַם צעטיילן שפּײַז און העלפֿן אַרויסשמוגלען ייִדישע קינדער אין די דערפֿער צי אין דער שווייץ. זיי האָבן אויך געליטן פֿאַרלוסטן, די דײַטשן און פֿראַנצייזישע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן אַרעסטירט די מיטגלידער פֿון בונד און זיי דעפּאָרטירט. איינע פֿון זיי איז געווען די העלדין אסתּר ריכטער, באַקאַנט ווי „איקאַ‟ ע״ה.
נאָך דער באַפֿרײַונג האָט די בונדישע באַוועגונג אַליין אויסגעזוכט ייִדישע יתומים און סתּם קינדער אַרויפֿגעקומענע פֿון קעלערן און דערפֿער. אַ דאַנק אַ בײַשטײַער פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג האָט מען זיי איבערגעגעבן אין די הענט פֿון אַ גרופּע דאָקטוירים און יונגע דערציִער, אויפֿן מוסטער פֿון דער וואַרשעווער מעדעם־סאַנאַטאָריע לעבן וואַרשע. יענע געראַטעוועטע קינדער, און זייערע אייגענע קינדער, זענען עד־היום אַקטיוו אינעם מעדעם צענטער.
די בונדישע טאָג־צײַטונג „אונדזער שטימע” האָט יאָרן לאַנג געדינט ווי דער הויפּטקוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער און דער אַלגעמיינער וועלט פֿאַר אַ פּאָר טויזנט לייענער שוין פֿון 1937 ביז 1940 און פֿון סעפּטעמבער 1944 ביז די 1970ער יאָרן. דאָס זענען געווען די גאָלדענע צײַטן פֿון דער שריפֿטלעכער פּרעסע. שפּעטער איז די „שטימע” פֿאַרבליבן אַ רעגולאַרע אויסגאַבע ביז 1995. די געשיכטע פֿון אָט־דער צײַטונג וואָלט פֿאַרשאַפֿן אַ ממשדיקע טעמע פֿאַר היסטאָרישער פֿאָרשונג.
מע דאַרף אויך דערמאָנען אַז די בונדיסטן האָבן נאָך דער באַפֿרײַונג געפּראַוועט ברייטע אונטערנעמונגען, וואָס האָבן צונויפֿגעבראַכט חבֿרים און פֿרײַנט אין די הונדערטער: די אָנדענק־אַקאַדעמיע לכּבֿוד דעם אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ, די פֿײַערונגען לכּבֿוד דעם ערשטן מײַ. דער בונד האָט מיט דערפֿאָלג געפּועלט בײַ דער פֿראַנצייזישער רעגירונג פֿונעם יאָר 1957 אַרײַנצולאָזן ווי פּליטים 500 ייִדישע משפּחות פֿון פּוילן. זײַן אַרבעט מיט קינדער און יונגע לײַט האָט מען ממשיך געווען אינעם „וועלטלעכן קלוב פֿאַר דער ייִדישער יוגנט‟ (CLEJ)… אינעם בורגונדער זומער־קאָלאָניע — דער שלאָס פֿון קאָרוואָל.
דער סעמינאַר פֿונעם 120סטן יובֿל וועט באַערן די דאָזיקע לאַנגע געשיכטע. פֿון אָנהייב אָן און ביזן הײַנטיקן טאָג איז דער בונדישער קיבוץ אין פֿראַנקרײַך פֿאַרבליבן אַ טייל פֿון אַ וועלט־באַוועגונג און אַ וועלטבאַנעם, וואָס שעפּט פֿונעם ייִדישן קוואַל די ווערטן פֿון יושר, חבֿרשאַפֿט און טעטיקייט. די פּרטים פֿון יענע צײַטן פֿון נויט, קאַמף און האָפֿענונג בײַ די ייִדישע אַרבעטער אין רוסלאַנד און פּוילן זענען טאַקע גוט באַקאַנט, אַ דאַנק דעם בוך פֿון אַנרי מינטשעלעס ע״ה, „די אַלגעמיינע געשיכטע פֿון בונד‟
הײַנט איז דער היסטאָרישער לאָקאַל אַ טרעפֿפּונקט פֿאַר סטודענטן פֿון ייִדישע לשונות (ייִדיש, עבֿרית, דזשודעזמאָ און ייִדיש־אַראַביש), יונגע מוזיקער, אַקטיאָרן פֿון אַלע עלטערס, ייִדישע טענצער און קוכערס, לייענער פֿון אַ ייִדיש־ און פֿראַנצייזישער ביבליאָטעק און פֿון אַ פֿאַרלאַג מיט צענדליקער אויסגאַבעס, די שאַפֿער און צוקוקער פֿון היסטאָרישע און קולטורעלע אויסשטעלונגען, תּלמידים פֿון אַ וועלטלעכן „מידרש‟ (קורסן וועגן ייִדישע מקורים און געדאַנקען) און געטרײַע צוהערער פֿון רעפֿעראַטן מכּוח פּאָליטישע און קולטורעלע פֿראַגעס. דאָ בלײַבט טאָג אײַן טאָג אויס טעטיק דער גײַסט פֿון אַ ייִדישקייט געוואָנדן קולטור און חבֿרשאַפֿט.
די חבֿרים און פֿרײַנט פֿון דער גאָרער וועלט זײַנען האַרציק פֿאַרבעטן אונדז צו באַזוכן.
קאָנטאַקט: 33142021708
בליץ־פּאָסט: cercle-amical@orange.fr
וועבזײַט: www.centre-medem.org
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.