ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע־ליד וועגן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז געוואָרן אַ ישׂראלדיקער שלאַגער

How a Soviet Propaganda Song Became an Israeli Hit


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 03, 2017.

דינסטיק, דעם 12טן דעצעמבער וועט דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, ד״ר דוד אסף, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿונעם פּאָפּולערן ליד „זשאַנקויע‟.

דאָס פֿײַערדיקע סאָוועטיש־ייִדיש ליד, וואָס מוטיקט ייִדן זיך צו באַזעצן אין די ייִדישע אַגריקולטורעלע קאָלאָניעס אין קרים, איז געוואָרן אַן אומדערוואַרטער שלאַגער איבער דער גאָרער וועלט, אַפֿילו צווישן מענטשן וואָס האָבן אין גאַנצן ניט געשטיצט דעם סאָוועטישן רעזשים. די סיבה דערפֿאַר איז אָן קיין שום ספֿק זײַן פֿאַרכאַפּנדיקע מוזיק. ד״ר אסף וועט אין זײַן רעפֿעראַט דערקלערן ווי אַזוי דאָס פּראָפּאַגאַנדע־ליד איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מין פֿאָלקסליד, וואָס איז אין ישׂראל געוואָרן אַ ליד וואָס באַזינגט אַ מיליטערשן נצחון.

דערצו וועט ד״ר אסף אַרומרעדן פֿאַר וואָס דאָס ליד איז ווידער געוואָרן פּאָפּולער אין די 1960ער יאָרן, דאָס מאָל — אין אַמעריקע צווישן אַזעלכע פֿאָלקזינגער ווי פּיט סיגער.

אַ פּאָר שעה נאָך ד״ר אספֿס לעקציע וועט ד״ר דזשעראָלד פֿרייקס, אַ מומחה פֿון דער אַלט־ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן אליהו בחורס פּאָעמע „המבֿדיל‟. ד״ר פֿרייקס וועט דערקלערן דעם אופֿן ווי אַזוי בחור באַנוצט זיך מיט בעלי־חיים ווי סימבאָלן דורך וועלכע ער קריטיקירט אַן אינטעלעקטועלן ריוואַל. פֿרייקס וועט באַשרײַבן זײַן פֿילאָלאָגישע פֿאָרשאַרבעט און וואָס זי אַנטפּלעקט וועגן דעם באַטײַט פֿונעם מיסטעריעזן ליד.

ד״ר אספֿס רעפֿעראַט וועט זיך אָנהייבן דרײַ אַ זייגער נאָך מיטאָג און ד״ר פֿרייקס לעקציע וועט זיך אָנהייבן זעקס אַ זייגער אין אָוונט. ביידע רעפֿעראַטן זענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://yivo.org/Hey-Djankoye.