קאָנפֿערענץ וועגן רוסישער רעוואָלוציע עפֿנט מיר די אויגן

Conference on Russian Revolution Opens My Eyes


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published December 03, 2017.

איך האָב ליב צו פֿאָרן אויף אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן וווּ מע קען הערן אינטערעסאַנטע לעקציעס און זיך טרעפֿן מיט באַקאַנטע וואָס האָבן ענלעכע אינטערעסן.

אַ מאָל איז אַ קאָנפֿערענץ אָבער אַ סך מער ווי דאָס — אַזוי אינפֿאָרמאַטיוו און פֿאַרכאַפּנדיק אַז זי בײַט ממש דעם קוקווינקל פֿונעם באַטייליקטן. אָט אַזאַ מין איבערלעבונג האָב איך געהאַט אויף דער צווייטאָגיקער ייִוואָ־קאָנפֿערענץ אָנהייב נאָוועמבער וועגן די ייִדן בעת און נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1917. די פּראָפֿעסאָרן שמואל קאַסאָוו, עליסאַ בן־פּורת, בנימין מאָס, דוד פֿישמאַן, צירל קוזניץ, גענאַדי עסטרײַך און אַנדערע האָט יעדערער אויף זײַן שטייגער צוגעגעבן פּרטים וואָס האָבן געהאָלפֿן שאַפֿן אַ רײַך בילד פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד במשך פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן.

און דער גרעסטער חידוש? ווי ווייניק איך ווייס וועגן יענער עפּאָכע.

עסטרײַך האָט שוין נישט איין מאָל געשריבן אַז זײַנע סטודענטן, אַפֿילו די גראַדואַנטן פֿון ישיבֿות און ייִדישע טאָגשולן, ווייסן גאָרנישט וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן און דער ייִדישער קולטור אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איצט פֿאַרשטיי איך אַז נישט בלויז די טאָגשול־גראַדואַנטן, נאָר אויך מענטשן ווי איך, וואָס האָבן זיך יאָרן לאַנג געלערנט אין אַ וועלטלעכער ייִדישער שול, מיטלשול און אַפֿילו אין ייִדישן לערער־סעמינאַר, ווייסן זייער ווייניק וועגן יענער געשיכטע.

וועגן וואָס האָט מען אונדז יאָ געלערנט אין די שולן? וועגן באַקאַנטע ייִדישע פֿיגורן פֿון מיטל־עלטער ביזן 19טן יאָרהונדערט, וועגן דעם וועד־אַרבע־אַרצות, דעם תּחום־המושבֿ, דעם קאַמף צווישן די חסידים און די מתנגדים, דער השׂכּלה, דער צעבליִונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, דער געשיכטע פֿון ציוניזם און בונדיזם, דער ערשטער וועלט־מלחמה, דער מאַסן־אימיגראַציע קיין אַמעריקע און — אַוודאי: דעם נאַציסטישן גענאָציד פֿון די ייִדן. 

בלויז געציילטע זאַכן וועגן דער ייִדישער קולטור אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געדענק איך אַז כ׳האָב זיך דערוווּסט פֿון מײַנע לערער: אַז די סאָוועטישע ייִדן האָבן געשריבן לשון־קודשדיקע ווערטער פֿאָנעטיש („שאַבעס‟ אַנשטאָט „שבת‟) און אָן סוף־אותיות („קומענ‟ אַנשטאָט „קומען‟) און וועגן סטאַלינס שחיטה פֿון 24 פּראָמינענטע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער אין 1952. כ׳געדענק אָבער בכלל נישט קיין קורס וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן און דער ייִדישער קולטור אין געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס וואָלט אונדז געגעבן אַ קאָנטעקסט לויט וועלכן צו פֿאַרשטיין דעם מצבֿ אין וועלכן די שרײַבער און קולטור־טוער האָבן געפּרוּווט אויפֿהאַלטן אַ ייִדישע אידענטיטעט.

ווי דערקלערט מען דאָס? קען זײַן ס׳איז צוליב דעם וואָס אין די 1960ער און 70ער יאָרן האָט מען ווייניק געוווּסט וואָס ס׳טוט זיך הינטערן אײַזערנעם פֿירהאַנג. אַ סך פֿון דער אינפֿאָרמאַציע וואָס די אַקאַדעמיקער האָבן אונדז איבערגעגעבן בעת דער קאָנפֿערענץ קומט טאַקע פֿון אַרכיוון וואָס מע האָט געעפֿנט ערשט נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1989.

ווי עס זאָל נישט זײַן, האָב איך ביז איצט כּמעט גאָרנישט געוווּסט וועגן דער ווירקונג — סײַ פּאָזיטיוו, סײַ נעגאַטיוו — פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע אויף די סאָוועטישע ייִדן און זייער קולטור. טאַקע דערפֿאַר איז די קאָנפֿערענץ מיר געווען אַזוי חשובֿ. כאָטש ס׳וואָלט געווען אוממעגלעך דאָ איבערצוגעבן אַלץ וואָס איך האָב זיך דערוווּסט אין יענע צוויי טעג, ווילט זיך אַרויסהייבן כאָטש געציילטע פּרטים וואָס מע האָט דיסקוטירט.

ערשטנס, האָב איך זיך דערוווּסט אַז די רוסישע רעוואָלוציע האָט גורם געווען אָן אַ שיעור פּאָגראָמען, אומברענגענדיק מער ווי 100,000 ייִדן. וועגן דער קעשענעווער פּאָגראָם פֿון 1903 האָב איך געוווּסט אָבער נישט וועגן יענע וואָס זענען אויסגעבראָכן צווישן 1919 און 1921.

מע הערט אָפֿט אַז די ייִדן אין רוסלאַנד האָבן זיך גלײַך אָנגעכאַפּט אין באָלשעוויזם ווײַל זיי האָבן נאַיִוו געגלייבט אַז דאָס וועט ברענגען די ישועה פֿאַר אַל דאָס בייזס. ס׳רובֿ פֿון די רעפֿערענטן האָבן אָבער געטענהט אַז דאָס איז פּשוט נישט אמת. ס׳רובֿ ייִדן זענען בײַם אָנהייב געווען זייער סקעפּטיש לגבי די באָלשעוויקן. אַ צאָל ייִדן האָבן געשטיצט דווקא די ווײַסע אַרמיי (די געוועזענע אָפֿיצירן פֿונעם צאַר) איידער די רויטע, ביז זיי האָבן אײַנגעזען אַז בײַ די רויטע האָט מען כאָטש באַשטראָפֿט די פּאָגראָמשטשיקעס, בעת בײַ די ווײַסע — נישט. האָבן ס׳רובֿ פֿון די ייִדן, בלית־ברירה, באַשלאָסן זיך צו אַליִיִרן מיט די באָלשעוויקן, האָפֿנדיק אַז דאָס וועט זײַן „ווייניקער סכּנותדיק‟.

כאָטש די רוסישע רעוואָלוציע האָט גורם געווען אַ סך בלוט־פֿאַרגיסונג האָט זי אויך אַרויסגערופֿן בײַ די ייִדן אַ נײַע ענערגיע. מע האָט פֿאַרלייגט ייִדישע און העברעיִשע שולן. מע האָט געמוטיקט געבילדעטע ייִדן צו פֿאָרן אויף עקספּעדיציעס אין די שטעטלעך און זאַמלען אינפֿאָרמאַציע סײַ וועגן דעם לעבן־שטייגער פֿון די פֿאָלקסייִדן, סײַ וועגן דער ווירקונג וואָס די פּאָגראָמען האָבן געהאַט אויף זייער געזעלשאַפֿט. אַחוץ ש. אַנ־סקי, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר האָבן דורכגעפֿירט אַזאַ פּראָיעקט, האָבן עס אויך געטאָן דוד האָפֿשטיין און איציק קיפּניס.

דערווײַל איז קיִעוו געוואָרן דער צענטער פֿונעם „סעקולערן ייִדישיסטישן עקספּערימענט‟. דער ניסתּר האָט, למשל, איבערגעזעצט די מעשׂיות פֿון האַנס קריסטיאַן אַנדערסען אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט זײַנע קריסטלעכע עלעמענטן, ווײַל ער האָט געוואָלט באַקענען דעם ייִדישן עולם מיט דער וועלט־ליטעראַטור, און דערבײַ שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע קולטור אין גאַנצן אָפּגעזונדערט פֿון דער ייִדישער רעליגיע: „שפּראַך דאַרף דינען ווי בלויז אַ כּלי, באַפֿרײַט פֿון אַלע ווערטן און אידעאָלאָגיעס‟. אַוודאי איז דער עקספּערימענט דורכגעפֿאַלן ווײַל די ייִדישע קאָמוניסטן האָבן שפּעטער פֿאַרוואַנדלט ייִדיש אין אַ כּלי פֿאַר אַ בפֿירושער אידעאָלאָגיע — דער קאָמוניסטישער.

אויך אינטערעסאַנט איז ווי די פֿרומע ייִדן האָבן ווײַטער געפֿירט אַ רעליגיעז לעבן אַפֿילו נאָך דעם ווי די פּאָגראָמען האָבן זיי צעזייט און צעשפּרייט איבערן לאַנד. ווי איז דאָס געווען מעגלעך ווען די קאָמוניסטן האָבן פֿאַרווערט עפֿנטלעכע אויסדרוקן פֿון רעליגיע? דער דעמאָלטיקער ליבאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָהן, האָט געטאָן אַלץ אָנצוהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט די רבנים דורך כּסדר שרײַבן זיי בריוו, פֿרעגנדיק ווי עס גייט זיי און ווי ער קען זיי העלפֿן.

אין 1922 האָט דער רבי געשאַפֿן אַ קאָמיטעט צו באַזאָרגן די רבנים מיט אַלץ וואָס זיי דאַרפֿן: פֿאָנדן, תּשמישי־קדושה, פּערסאָנאַל און אַפֿילו לעגאַלע עצות פֿאַר די אַרעסטירטע. ער האָט געעצהט די פֿרומע ייִדן צו ווערן בעלי־מלאָכה, כּדי זיי זאָלן קענען אַרבעטן בײַ זיך אין דער היים און דערבײַ נישט מחלל־שבת אָדער ־יום־טובֿ זײַן. ס׳איז אים אַזוי געגאַנגען אין לעבן אַז די פֿרומע געזעלשאַפֿט זאָל נישט אונטערגיין אַז ער האָט אַפֿילו פֿאַרווערט זײַנע תּלמידים עולה צו זײַן. „מאַך דאָ ארץ־ישׂראל!‟ האָט ער זיי באַפֿוילן.

דערבײַ האָט זיך געשאַפֿן אַ טשיקאַווע איראָניע: פֿאַר דער רעוואָלוציע פֿלעגן די חסידים קומען צו פֿאָרן צום רבין אין הויף, אָבער איצט איז געווען פֿאַרקערט: דורך זײַנע בריוו איז דער רבי „געקומען‟ צו זײַנע חסידים.

אויך אינטערעסאַנט איז געווען די באַציִונג פֿון ייִוואָ (דעמאָלט אין ווילנע) צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. כאָטש די ייִדישע קאָמוניסטן האָבן גערופֿן דעם ייִוואָ דורכצופֿירן פּראָלעטאַרישע פֿאָרשונגען, האָבן די ייִוואָ־גרינדער זיך פֿעסט אָפּגעזאָגט דערפֿון. ווען מע האָט אויף אַ ייִוואָ־קאָנפֿערענץ אין 1931 געפּסקנט אַז דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער אויסלייג איז „צו בורזשואַ‟ און דערפֿאַר דאַרף מען אַלע לשון־קודשדיקע ווערטער אָנהייבן שרײַבן פֿאָנעטיש, האָבן די גרינדער פֿון ייִוואָ זיך תּיכּף אַנטקעגנגעשטעלט אַזאַ ראַדיקאַלע שטעלונג. שטילערהייט אָבער האָבן זיי דווקא מקנא געווען די סאָוועטישע רעגירונג וואָס האָט געקענט, דורך איין באַפֿעל, דורכפֿירן אַן איינהייטלעכן אויסלייג אין אַלע ייִדישע שולן — אַ כּוח וואָס דער ייִוואָ האָט קיין מאָל נישט געהאַט.

הכּלל, די אַלע פּרטים וואָס איך דערצייל אײַך איצט איז ערשט דער אָנהייב פֿון וואָס מע האָט אַרומגערעדט אויף דער קאָנפֿערענץ אין נאָוועמבער. אויף אַן אמת איז די אונטערנעמונג געווען אַ גאָלדענער באַווײַז פֿון וויפֿל דער ייִוואָ קען טאַקע אויפֿטאָן ווען זי ברענגט צונויף אַזאַ טאַלאַנטירטע גרופּע אַקאַדעמיקער צו רעדן פֿאַר אונדז, דעם ברייטן עולם, און במילא פֿאַרטיפֿן אונדזער ייִדישן וועלטבאַנעם.