וואָס מיינט איר, בײַ ייִדן איז בילעכער רוחניות צי גשמיות? בשעת איר טראַכט אַרײַן וויל איך אײַך פֿרעגן אַ רעטעניש:
וואָס איז דער בעסטער יום־טובֿ, סוכּות, פּסח צי שבֿועות?
פֿאַרשטייט זיך, אַז שבֿועות. פֿאַר וואָס? סוכּות עסט מען וואָס מע וויל, אָבער נישט וווּ מע וויל; פּסח עסט מען וווּ מע וויל, אָבער נישט וואָס מע וויל; בלויז שבֿועות עסט מען סײַ וואָס מע וויל, סײַ וווּ מע וויל…
אין פּרינציפּ האַלטן ייִדן, אַז מע עסט נאָר כּדי צו לעבן, אַז מע טאָר נישט עסן לשם עסן. מיט הירש אַבראַמאָוויטשעס ווערטער, פֿון זײַן קאַפּיטל „אַכילות בײַ ייִדן אין ליטע“:
די גרעסטע טייל פֿון לעבן בײַ אַ דורכשניטלעכן ליטווישן ייִדן איז געווען פֿאַרנומען מיט דאגות פּרנסה, אָבער רוחניות האָט פֿאַרנומען אַ גרויסן אָרט אין גאַנצן לעבן. פֿאַרן גשמיות איז געווען ווייניקער צײַט. אָבער „די נשמה קען מען ניט אויסשפּײַען“, האָט מען נאַטירלעך געמוזט עסן.
איין סיבה פֿאַר וואָס מע דאַרף היטן כּשרות, לויטן רמב״ם (אויב דער זכּרון דינט מיר), איז, מע זאָל געדענקען, אַז מע עסט נאָר אויף צו לעבן, אַז עסן טאָר נישט זײַן קיין עיקר־זאַך.
פֿון דער אַנדערער זײַט, ווי ס׳איז שוין אויסגעקומען אָנצוּווײַזן, איז אַ „געזונטער“ בײַ ייִדן אַ דיקער, וואָס עסט צו דער זעט, בשעת אַ „דאַרער“ זעט אויס ווי איינער וואָס לײַדט פֿון דער „דער“ (טובערקולאָז), ד״ה, הויט און ביין. ביז מיט אַ רעלאַטיוו קורצער צײַט צוריק האָבן נישט נאָר ייִדן, נאָר אפֿשר אַלע פֿעלקער אויף דער וועלט געציטערט פֿאַר הונגער, נישט פֿאַר פֿעטלײַביקייט. ערשט ווען עסנוואַרג איז פֿאַראַן איבער גענוג װערט איבערעסן זיך אַ גרעסערע סכּנה ווי נישט דערעסן.
אַ קאָמישער פֿאַל: מיט יאָרן צוריק האָט מען מיך פֿאַרבעטן אויף אַ קבלת־פּנים לכּבֿוד די מנדבֿים פֿון אַ געוויסער נישט־פּראָפֿיטיקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע (ניין, נישט דעם ייִוואָ!). דעמאָלט בין איך געווען אַ צוציק פֿון עטלעכע און דרײַסיק יאָר, בשעת די מנדבֿים זענען ס׳רובֿ געווען עלטערע לײַט. האָט מען אויסגעהערט עטלעכע רעדעס, געגעבן צערטיפֿיקאַטן די חשובֿע געסט און דערנאָכדעם אַרויסגעברענגט כּיבוד — ווײַן מיט קעז צי בייגל מיט לאַקס צי וואָס. האָט איר געמעגט זען ווי די אַלטע גבֿירים און גבֿירינטעס גיבן זיך אַ וואָרף אויפֿן כּיבוד! ווען כ׳זאָל נישט אָפּטרעטן אין אַ זײַט, וואָלטן זיי מיך דורס געווען…
אַזוי צי אַזוי האָבן ייִדן זייער ליב צו רעדן וועגן עסן. בײַ שלום־עליכמען, אין „מילכיקס“, דערציילט דער ייִד, אַז די כּתרילעווקער רופֿט מען „פֿרעסערס“. אַזוי ווי עסן עסן זיי „קדחת אין אַ קליין טעפּל“, נעמט זיך אפֿשר דער צונאָמען דערפֿון, וואָס זיי „האָבן ליב רעדן פֿון עסן“. אין דער גאַנצער דערציילונג רעדט זיך דאָך בלויז וועגן עסן!
די טבֿע צו רעדן שפּיגלט זיך אויך אָפּ אינעם גאָר גרויסן ווערטער־אוצר וועגן עסן. קודם־כּל, דער חילוק צווישן שיינע ייִדן און פּראָסטאַקעס: אַ שיינער ייִד נעמט עפּעס אין מויל אָדער כאַפּט אַ זאַט (אָדער: די זעט), בשעת אַ פּראָסטאַק פֿרעסט, אַכלט, רײַבט, שטאָפּט, שטופּט, פּאַקט, קײַט אויף ביידע באַקן, עסט צעזעצטערהייט און נאָך און נאָך — בײַ סטוטשקאָװן װעט איר געפֿינען אָן אַ שיעור אויסדריקן. אַ שיינער ייִד, וויפֿל ער זאָל נישט עסן, וועט נישט מודה זײַן, אַז ער האַלט פֿון דער אַכילה (צי: פֿון דער פֿרעס). אַ ייִד וואָס האָט צו שטאַרק ליב עסן איז אַ געשמדטער האַלדז, טרייפֿענער האַלדז, טרייפֿענע קישקע; האָט אַ קישקע אָן אַ דנאָ; פֿרעסט ווי אַ גוי אאַז״וו.
ווײַטער: דאָס פֿאָלק קען דעם פּרק „שלושה שאָכלו על שולחן אחד…“, פֿאַרטײַטשט פֿון שׂמחה פּיעטרושקאַ: ווען דרײַ מענטשן האָבן געגעסן בײַ איין טיש און זיי האָבן ניט געזאָגט בײַ אים קיין ווערטער פֿון תּורה, איז עס ווי זיי וואָלטן געגעסן פֿון קרבנות פֿאַר טויטע. ד״ה, דאָ איז דער עיקר ווידער רוחניות, נישט גשמיות. אַפֿילו די באַוווּסטע פּאַראָדיע דערפֿון (אפֿשר גאָר שלום־עליכמס?): שלושה שאָכלו, ער האָט געגעסן פֿאַר דרײַ, איז טײַטש, אַז מע טאָר נישט צו פֿיל עסן און נישט צו פֿיל הנאה האָבן פֿונעם עסן. פֿון די פֿרימאָרגנדיקע ברכות קען דאָס פֿאָלק, אָבער, אויך די פֿראַזע „כּל־זמן שהנשמה בקרבי…” (אַזוי לאַנג װי איך לעב דאַנק איך דיר, גאָט), האָט עס אויסגעטראַכט די פּאַראָדיע „כּל־זמן שהנשמה בקרבי — איז רײַב, מאָטיע!” (אַזוי לאַנג װי דו לעבסט, עס װיפֿל דו קענסט).
אַ כּלל, ייִדן, אַזוי ווי אַלע מענטשן, טראָגן זיך אַרום מיט סתּירותדיקע מחשבֿות. איז וואָס איז בילעכער, רוחניות צי גשמיות? ביידע…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.