אין דער געשיכטע פֿון „בונד” פֿאַרנעמט די פֿיגור פֿון מאַקס (מרדכי) מאַזאָװער אַ חשובֿ אָרט, כאָטש קײן סך פּרטים װעגן זײַן טעטיקײט און פּריװאַטן לעבן װײסט מען ניט.
מאַזאָװער איז געװען טיף פֿאַרטאָן אין דער אונטערערדישער אַרבעט פֿון די סאַמע ערשטע יאָרן פֿון „בונד” אין װילנע, געװען צװײ מאָל אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קײן סיביר, אָבער בײדע מאָל איז ער אַנטלאָפֿן.
אין 1909 איז ער געקומען קײן לאָנדאָן און באַקומען אַ שטעלע אין דער פֿירמע „יאָסט”, װאָס האָט געמאַכט און פֿאַרקױפֿט שרײַבמאַשינקעס. װי אַ פֿאָרשטײער פֿון דער פֿירמע האָט ער זיך אומגעקערט קײן רוסלאַנד, װוּ ער איז פֿאַרבליבן ביז 1922, װען ער האָט װידער געמוזט אַנטלאָפֿן, דאָס מאָל פֿון די באָלשעװיקעס. נאָך דעם האָט מאַקס מאַזאָװער פֿאַרבראַכט רויִק אין לאָנדאָן מיט זײַן משפּחה. ער איז געװען קאַרג מיט װערטער און פֿאַרטאָן אין געשעפֿטן, אָבער שטילערהײט האָט ער אונטערגעהאַלטן פֿרײַנדלעכע באַציִונגען אין דער סבֿיבֿה פֿון ייִדיש־רוסישע ראַדיקאַלן און רעװאָלוציאָנערן.
אַזױ הײבט זיך אָן דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם בוך „װאָס דו האָסט ניט דערצײלט: אַ רוסישער עבֿר און אַ נסיעה אַהײם” — אַ משפּחה־געשיכטע אַנגעשריבן פֿון מאַקס מאַזאָװערס אייניקל, מאַרק מאַזאָװער, װעלכער איז גוט באַקאַנט צוליב זײַנע גרונדיקע שטודיעס פֿון דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער געשיכטע. דאָס נײַע בוך זײַנס איז אַלײן אַ גלענצנדיקער מוסטער פֿון היסטאָרישער פֿאָרשונג. חוץ דעם, איז ער זײער אַ געניטער דערצײלער, װאָס פֿאַרשטײט װי אונטערצוהאַלטן די שפּאַנונג פֿון דער מעשׂה. יעדער קאַפּיטל אַנטפּלעקט אַ נײַעם סוד פֿון זײַן משפּחה־געשיכטע, װאָס װאָרצלט אײַן די משפּחה נאָך טיפֿער אינעם היסטאָרישן הינטערגרונט פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. מאַזאָװער דערצײלט די אײראָפּעיִשע געשיכטע פֿון אַ באַשטימטן שטאַנדפּונקט, װאָס געפֿינט זיך אינעם שטילן מיטלשטענדיקן צפֿון־לאָנדאָנער געגנט הײַגײט.
פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה זײַנען די געגנטן הײַגײט און העמפּסטעד געװען פּאָפּולער בײַ דער ייִדישער אינטעליגענץ, און בפֿרט בײַ די פּליטים פֿון מיזרח־ און מיטל־אײראָפּע. די דאָזיקע געגנט שאַפֿט אױך מאַזאָװערס פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג מיט דער געשיכטע. דורך פֿאַרטיפֿן זיך אין זײַן משפּחה־געשיכטע האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז זײַנע אײגענע אינטערעסן און סימפּאַטיעס זײַנען אױסגעפֿורעמט געװאָרן נאָך אײדער ער איז געבױרן געװאָרן, אין דער אײגנאַרטיקער סבֿיבֿה פֿון זײַן משפּחה. די מאַזאָװערס זײַנען געװען װײַט פֿון װאָסער ניט איז פֿרומקײט, די ציוניסטישע אידעע איז זײ אױך געװען פֿרעמד און זײ האָבן געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צו מדינת־ישׂראל. אין לאָנדאָן זײַנען זײ ניט געװען אַקטיוו אין ייִדישע פּאָליטישע טעטיקייטן, און אַפֿילו דער בונד אין פּױלן אין די 1930 יאָרן האָט ניט געהאַט קײן גרױס חשיבֿות פֿאַר זײ. דער תּוך פֿון זײער ייִדישקײט איז געװען דאָס געפֿיל פֿון סאָלידאַריטעט מיטן ייִדישן פֿאָלק. זײ זײַנען יאָ געװען אַקטיװ בײַם העלפֿן ייִדישע פּליטים פֿון היטלערן און סטאַלינען. זײער װעלטבאַנעם איז פֿאַרבליבן עטיש־אוניװערסאַל, אַזױ װי ער האָט זיך אױסגעפֿורעמט אין דער סבֿיבֿה פֿונעם בונד אין דער רוסישער אימפּעריע פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע.
מאַקסעס פֿרױ פֿרומע האָט געהאַט קרובֿים אין סאָװעטן־רוסלאַנד און האָט זיך באַמיט אונטערצוהאַלטן פֿאַרבינדונגען מיט זײ אַפֿילו אין די סאַמע שװערע יאָרן. רוסיש איז געװען די שפּראַך פֿונעם עלטערן דור אין איר משפּחה, און אַפֿילו זײער זון, דעם מחברס פֿאָטער, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין לאָנדאָן, איז אױפֿגעװאַקסן מיט אַ פֿליסיקן רוסיש. די פֿיגור פֿונעם פֿאָטער פֿאַרנעמט אַ צענטראַל אָרט אינעם בוך. ער איז אַ מין פֿאָקוס, װוּ עס טרעפֿן זיך אַלע דערצײלערישע ליניעס. און אײנצײַטיק דינט זײַן באַשײדענע פּערזענלעכקײט װי אַן עפֿענונג אין דער ברײטערער װעלט פֿון דער מאָדערנער געשיכטע פֿאַרן מחבר אַלײן׃ „דער אױפֿברױז און די צערודערונגען פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן דירעקט באַװירקט דעם טאַטן און האָבן אים אױסגעפֿורעמט, בפֿרט דורך זײער השפּעה אױף זײַנע עלטערן, זײַן ברודער און זײַן שװעסטער.” דורכן פֿאָטער האָבן די דאָזיקע אױפֿברויזן דערגרײכט צו זײַן זון, דעם היסטאָריקער מאַרק מאַזאָװער, און אױסגעפֿורעמט זײַן אײגענעם װעלטבאַנעם.
דאָס קעפּל פֿונעם בוך איז מרמז אױף סודות, און סודות זײַנען דאָ טאַקע פֿאַראַן אַ סך. דער מחבר האָט דורכגעמאַכט אַ היפּשע פֿאָרשערישע אַרבעט און אױסגעגראָבן ביז גאָר מערקװירדיקע פֿאַקטן און אומשטאַנדן אין פֿאַרשידענע אַרכיװן. דאָס בוך לײענט זיך ממש װי אַ געשפּאַנטער ראָמאַן, אָנגעשריבן דורך אַ געניטן בעלעטריסט, װאָס איז דערצו נאָך אַ קריטישער און אַנאַליטישער היסטאָריקער. דער זשאַנער פֿון דער דאָקומענטאַלער משפּחה־געשיכטע איז ניט קײן נײַער, און לעצטנס זײַנען אַרױס עטלעכע מערקװירדיקע װערק אױף ענגליש, רוסיש און דײַטשיש. דער אױפֿקום פֿונעם דאָזיקן זשאַנער איז פֿאַרבונדן מיט די נאָװאַטאָרישע װערק פֿונעם דײַטשיש־ענגלישן שרײַבער װינפֿריד געאָרג סעבאַלד, װאָס באַלעבן דאָקומענטן און פֿאַקטן דורכן שעפֿערישן כּח־הדמיון. ייִדישע משפּחה־געשיכטעס ליפֿערן כּסדר אַ רײַכן מאַטעריאַל פֿאַר אַזאַ מין שעפֿערישער אונטערנעמונג. אײניקע מחברים נוצן זײערע משפּחה־מקורים פֿאַר שאַפֿן אַ בכּבֿודיקן ליטעראַטור־היסטאָרישן ייִחוס־בריװ פֿאַר זיך אַלײן, אָבער מאַזאָװערס צװעק איז אַנדערש.
„װאָס דו האָסט ניט דערצײלט” לאָזט זיך לײענען װי אַ מין קולטורעל־היסטאָרישער פּסיכאָ־אַנאַליז, אַ פּרוּװ צו פֿאַרשטײן זיך אַלײן דורך דעם פֿאָטערס לעבנס־געשיכטע. די היסטאָרישע סודות און רעטענישן, װאָס מאַזאָװער אַנטפּלעקט, באַלײַכטן פֿאַרבאַהאַלטענע צדדים פֿונעם עבֿר. זײַן פֿאָרשערישער און פּריװאַטער אינטערעס פֿירן אים אַלץ טיפֿער אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט, ביז ער דערגרײכט דעם סאַמע דנאָ. ער אַנטדעקט, אַז דער יסוד פֿון זײַן אײגענעם װעלטבאַנעם איז פֿעסט אײַנגעפֿונדעװעט אין די סאָציאַל–עטישע יסודות פֿונעם „בונד”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.