ייִדיש־ראַדיאָ אין שפּאַניע? גיי ווייס!

Yiddish Radio in Spain? Who Knew?


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 14, 2017.

אונדזערע לייענער ווייסן אפֿשר נישט אַז צווישן די שפּראַכן וואָס מע קען הערן אויף דער ראַדיאָ אין שפּאַניע איז מאַמע־לשון.

ראַדיאָ סעפֿאַראַד איז דער קאָמוניקיר־מיטל פֿון דער פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות אין שפּאַניע. די טראַסנמיסיעס — אין שפּאַניש, לאַדינאָ, ענגליש און ייִדיש — האָבן זיך אָנגעהויבן אין יאָר 2004 בעת אַ תּקופה ווען די לאָקאַלע פּרעסע איז צוליב דער צווייטער אינטיפֿאַדאַ געווען זייער פֿײַנטלעך־געשטימט קעגן ישׂראל.

דער גרינדער און ערשטער דירעקטאָר פֿון ראַדיאָ סעפֿאַראַד איז געווען סאָלי וואָלאָדאַרסקי, אַן אַרגענטינער־ייִדישער זשורנאַליסט און פּראָדוצענט וואָס האָט שוין פֿריִער געהאַט געאַרבעט אין טעלעוויזיע אין פֿאַרשידענע לענדער. די טעמעס פֿון די אוידיציעס נעמען אַרײַן אַלץ וואס האָט צו טאָן מיטן ייִדישן לעבן, אַרײַנגערעכנט דער ייִדישער שפּראַך, וועלכע ווערט גערעדט אין לאַנד נאָר דורך געציילטע יחידים. ניט געקוקט דערויף זענען במשך פֿון די לעצטע 14 יאָר טראַנסמיטירט געוואָרן פּראָגראַמען אויף ייִדיש (אַ טייל פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ, אויך פֿאָרלייענונגען פֿון דערציילונגען, קאָמענטאַרן וועגן ייִדישע לידער, פּאָעטן און אויך אַ ראַדיאָ־נאָוועלע, „ייִדיש רעדט זיך אַליין‟, פֿון דער איבערזעצערין וואַרדאַ פֿישביין. דער ייִדיש־אָפּטייל ווערט געפֿירט דורך דניאל גלאי.

במשך פֿון די יאָרן האָט ראַדיאָ סעפֿאַראַד אָנגעזאַמלט מער ווי 10 טויזנט שעה פֿון פּראָגראַמען אין שפּאַניש וועגן יהדות פֿאַר די צוהערער פֿון אַ צאָל לענדער. פֿון 2011 פֿירט אָן מיט דער ראַדיאָ כאָרכע ראָזענבלום, אַן אַרגענטינער געבוירענער, אַן אויסגעשולטער אין קאָמפּאָזיציע און מוזיקאָלאָגיע אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט וועלכער ווינט זינט 1984 אין שפּאַניע. ער נעמט אָנטייל ווי אַ מוזיקער אין פֿאַרשיידענע אַנסאַמבלען וועלכע טרעטן אויף מיט מוזיק פון די דרײַ רעליגיעס וועלכע האָבן הונדערטער יאָרן לאַנג צוזאַמענגעלעבט אין שפּאַניע: די ייִדישע, קריסטלעכע און מוסולמענישע.