פֿון „פֿאַרגינען‟ איז אויף העברעיִש געוואָרן „לפרגן‟

The Yiddish Word "Farginen" Is "Lefargen" in Hebrew

Yehuda Blum

פֿון יחיאל שיינטוך

Published December 17, 2017.

די ייִדישע צוויישפּראַכיקע קולטור בײַ ייִדן (ייִדיש און העברעיִש) איז לויט מײַן מיינונג נישט גענוג באַשריבן און אויסגעפֿאָרשט געוואָרן.

ס’האַנדלט זיך נישט אין ייִדן וואָס קענען ייִדיש און העברעיִש, און ריידן אויף ביידע שפּראַרכן בעת פֿאַרשיידענע געלעגנהייטן. עס האַנדלט זיך אין דעם וואָס די ייִדישע קולטור בײַ ייִדן וואָס ריידן ייִדיש אָדער העברעיִש, איז געבויט אויף אַ וואָקאַבולאַר און אויף באַגריפֿן אין וועלכע עס איז פֿאָרגעקומען הונדערטער יאָרן לאַנג אַ קעגנזײַטיקע השפּעה דורך דעם אַרײַנדרינגען פֿון איין שפּראַך אין די געדערעם פֿון דער צווייטער. אין ייִדיש האָבן מיר אַ היפּשע צאָל שפּראַך־עלעמענטן פֿון העברעיִשן קאָמפּאָנענט און אין העברעיִש — פֿאַרקערט.

שוין אין 13טן יאָרהונדערט, אין יאָר 1272, געפֿינען מיר אַ געשריבענעם זאַץ, אַ מין ברכה פֿאַר דעם וואָס וועט דערטראָגן דעם שווערן פּאַרמעטענעם כּתבֿ־יד פֿון אַ מחזור, אין שול אַרײַן — „גוט טאַג אים בעטאַג ס’ווער דיס מחזור אין בית הכנסת טראַג” (זעט ווי אין מקור שטייט געשריבן מיט דער אָרטאָגראַפֿיע פֿון 13טן יאָרהונדערט. נישט אַ בעטער־בוך אין טעמפּל — נאָר אַ מחזור אין בית הכנסת.

די וואָס האָבן קיין אַנונג נישט אַז ייִדיש איז אַ קולטורשפּראַך זאָגן אַז ייִדיש איז אַ צעקאַלעטשעטער דײַטש. איך וואָלט געזאָגט, פֿאַרקערט, אַז דײַטש איז אַ פֿאַרקריפּלטער ייִדיש.

יודל מאַרק, דער רעדאַקטאָר פֿון גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך (פֿיר בענד נאָר מיטן אות אַלף), האָט זיך איזדיעקעוועט מיט אַהרן צייטלינען וועגן דעם פּראָצענט לשון־קודשדיקע ווערטער וואָס געפֿינען זיך אין ייִדיש. יודל מאַרק האָט אַנומלט געטענהט אַז בלויז 10 פּראָצענט.

אין דער זעלבער צײַט האָט אַהרן צייטלין באַטאָנט אַז אויב יודל מאַרק וואָלט אַרײַן אין כּפֿר חב״ד אין ישׂראל, וואָלט ער אײַנגעזען אַז אין זייער ייִדיש האַלט עס בײַ „פֿיפֿטי־פֿיפֿטי‟, פֿופֿציק פּראָצענט ייִדיש און פֿופֿציק פּראָצענט ווערטער פֿון העברעיִשן קאָמפּאָנענט.

אין די 1950ער יאָרן האָט אונדז דער מײַסטער־לערער שמואל ראָזשאַנסקי אויסגעלערנט אַז 25 פּראָצענט ווערטער פֿון ייִדיש באַשטייען פֿון אַ העברעיִשן קאָמפּאָנענט.

עס וואָלט געווען טשיקאַווע צו קלאַסיפֿיצירן אַלע 6,500 ייִדישע שרײַבער פֿון לעקסיקאָן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, לויט דעם פּראָצענט ווערטער פֿון העברעיִשן קאָמפּאָנענט אין זייערע שריפֿטן, און אויסאַרבעטן אַ מין לאַקמוס־פּאַפּיר וואָס זאָל קאַליברירן די טיפֿעניש און ברײטקייט פֿון זייערע ייִדישע שריפֿטן.

עס איז קיין ספֿק נישטאָ, אַז אין די לעצטע 745 יאָר איז פֿאָרגעקומען סײַ אין דער ייִדישער סײַ אין דער העברעיִשער שפּראַך אַ קעגנזײַטיקער אַרײַנדרינגערישער פּראָצעס פֿון שפּראַכן־קאָמפּאָנענט בײַ ביידע לשונות — העברעיִש און ייִדיש — און דער עיקר אין ייִדיש, אין דער ריכטונג וואָס אַהרן צייטלין ווײַזט אָן אין זײַנעם אַ בריוו צו יודל מאַרק אָנהייב זיבעציקער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. ווײַל ייִדיש איז אַ גערעדטע שפּראַך איז דער פּראָצעס אַ סך אַ גיכערער ווי אין העברעיִש וואָס איז אַ שפּראַך וואָס איז ביז די צוואַנציקער יאָרן פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט נישט געווען קיין גערעדטע שפּראַך.

צוויי שפּראַכן וואָס ווערן באַנוצט פֿון דעם זעלבן מענטש, פֿון דעם זעלבן פֿאָלק, און ביידע — טאָג־טעגלעך, מוזן מן־הסתּם זיך אַרײַנשמעלצן איינע אין דער צווייטער, זיך צונויפֿגיסן אין אַ גרונטיקער קולטורשפּראַך.

בײַ די העברעיִש־רעדנדיקע אין ארץ־ישׂראל איז דער אַרײַנדרינגונג־פּראָצעס געווען גאָר אַנדערש, איבער כּמה וכּמה סיבות מן־הסתּם:

א) העברעיִש איז געוואָרן אַ גערעדטע שפּראַך ערשט מיט הונדערט יאָר צוריק

ב) ממש בײַם אָנהייב פֿון גערעדטן העברעיִש, זענען זעקס מיליאָן (פֿון זיי — פֿינף מיליאָן ייִדיש־רעדנער) דערמאָרדעט געוואָרן; דערבײַ איז אַ קריטישער מאַסע פֿון ייִדיש־רעדער אַראָפּ פֿון מאַרק

ג) ייִדיש איז געוואָרן „מוקצה מחמת מיאוס‟ אין ארץ־ישׂראל בעתן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט און צוויי צי דרײַ דורות האָבן אויפֿגעהערט צו פֿאַרשטיין ייִדיש און זיך אויך אָפּגעלאָנטשעט פֿון ייִדישקייט

ד) דוד בן־גוריון האָט אַוועקגעשטעלט אין צענטער פֿון דער ארץ־ישׂראלדיקער דערציִונג דעם תּנך און האָט פֿאַרבראַקעוועט אַלץ וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין גלות, אַרײַנגערעכנט די גמרא מיטן גמרא־לערנען אויף ייִדיש, און די ייִדישע שפּראַך אַליין וואָס ער האָט אָנגערופֿן „שׂפה זרה וצורמת” — אַ פֿרעמדע און גרילצנדיקע שפּראַך.

אַפֿילו אין העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט מען פֿון אָנהייב געלערנט ייִדיש אין די ראַמען פֿון קורסן וועגן פֿרעמדע שפּראַכן. און ווען מע האָט צום ערשטן מאָל באַשלאָסן דאָרט צו לערנען ייִדיש, זענען דערשינען העצע־פּלאַקאַטן אויף די ווענט מיט אַן אויפֿשריפֿט אַז דאָס לערנען ייִדיש איז ווי „להציב צלם בהיכל” — ווי אַרײַנשטעלן אַ צלם אינעם טעמפּל פֿון דער העברעיִשער קולטור, ווי אין דער צײַט פֿון די רוימער וועלכע האָבן פֿאַראומרייניקט דעם חרובֿ געמאַכטן בית־המקדש.

דבֿ סדן, דער ערשטער ראָש פֿון אָפּטייל פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, האָט דערציילט, אַז ווען ער האָט אין 1951 פֿאַרלייגט דעם אָפּטייל פֿון ייִדיש־לימודים אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט, און מע האָט זיך דערוווּסט פֿון די צײַטונגען אַז עס גייט פֿאָרקומען אַזאַ „קאַטאַסטראָפֿע” — זענען אַקטיוויסטן קעגן דער ייִדישער קולטור אַוועק אין מאַרק און געקויפֿט פֿוילע אייער און פּאָמידאָרן כּדי צו קומען און פֿאַרשטיינערן מיט זיי דעם חוצפּהניק וואָס גייט מטמא זײַן דעם טעמפּל פֿון דער העברעיִשער קולטור… אָבער, אַז זיי זײַנען געקומען און דערזען ווער עס שטייט אויפֿן פּאָדיום און האַלט די פֿאַרעפֿענוג־רעדע (סדן איז יאָרן לאַנג געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור־סעקציע פֿון דער העברעיִשער צײַטונג „דבר‟) האָבן זיי זיך באַרויִקט און סדנען נישט באַוואָרפֿן מיט די פֿוילע אייער.

דער איצטיקער אַרטיקל פּרעטענדירט נישט צו באַהאַנדלען די אידעאָלאָגישע אַספּעקטן פֿון די קעגנער פֿון ייִדיש אין ישׂראל. מיר ווילן דאָ, דער עיקר, באַטראַכטן אַ היסטאָרישן פּראָצעס פֿון שפּראַכיקער אינפֿוזיע בײַ אַ צוויישפּראַכיקער קולטור.

מיר ווילן דאָ אַרומרעדן די קעגנזײַטיקע השפּעות פֿון ייִדיש און העברעיִש בײַ צוויישפּראַכיקע ייִדיש־העברעיִש־רעדער. אַזוינע מיני עלוקובראַציעס פֿון אַ צוויישפּראַכיקן ייִדיש־העברעיִש רעדער, אַ זון פֿון אַ מאַמען וועמענס שפּראַך איז געווען ייִדיש, אָבער האָט אין איר יוגנט געלערנט אין אַ העברעיִשער „תּרבות‟־שולע אין פּינסק, און אַן אייניקל פֿון אַ באָבען וואָס פֿלעגט אַלע וואָך איבערלייענען די פּרשת־השבֿוע פֿון דער תּורה אין אָריגינאַל מיט אַלע פּירושים און מעשׂיות אויף ייִדיש פֿון איר צאינה וראינה.

קום איך קיין מדינת־ישׂראל און איך הער ייִדיש גערעדט — אויף העברעיִש. ישׂראלים וואָס קענען נישט קיין ייִדיש — ריידן ממש ייִדיש. זיי זאָגן: „הוא לא מפרגן לו” — ער פֿאַרגינט אים נישט. שטעלט זיך אַ פֿראַגע: אויב זיי קענען נישט קיין ייִדיש, וואָס עפּעס באַלאַמוטשען זיי אויף ייִדיש?

איך בין נישט קיין פֿילאָלאָג, איז מײַן ענטפֿער בלויז אַ השערה: זיי ניצן אַזאַ קאָמפּליצירט ייִדיש וואָרט, ווײַל אויף העברעיִש האָט איר נישט זײַן גלײַכן.

פֿאַרגינען זעט אויס צו זײַן אַ באַשרײַבונג מיט איין איינציק וואָרט, פֿון אַ זייער קאָמפּליצירטן נשמה־געפֿיל וואָס אַ ייִדיש־רעדער פֿאַרשטייט און קען באַשרײַבן, און אַ העברעיִש־רעדער — נישט. וויפֿל איך זאָל נישט נישטערן אין מײַן זכּרון איז מיר זייער שווער צו געפֿינען אַ פּאַראַלעל וואָרט אויף העברעיִש.

אין ווערטערביכער גיי איך איצט נישט זוכן, ווײַל ווי געזאָגט — דאָס זײַנען אייראָפּעיִשע עלוקובראַציעס, און איך געפֿין זיך פּונקט איצט אין אייראָפּע וווּ קיין ווערטערביכער האָב איך נישט. זײַט זשע אַזוי גוט און כאַפּט אַ קוק בײַ אוריאל ווײַנרײַכן אין ווערטערבוך אָדער אין מרדכי שעכטערס לעבנסווערק (דער ענגליש־ייִדישער ווערטערבוך), טאָמער וועט איר דאָרט געפֿינען עפּעס… איך צווייפֿל…

לפרגן אויף העברעיִש מיינט דאָס זײַן צופֿרידן מיט דער הצלחה פֿון אַ מיטמענטש, אויפֿנעמען פּאָזיטיוו די דערגרייכונגען פֿון אַ צווייטן. דאָס איז אַ מין באַגאַבטקייט צו זײַן עמפּאַטיש, זיך לאָזן אַוועקשטעלן אויף יענעמס אָרט און דערפֿילן פּאָזיטיוו זײַנע הצלחות. פֿאַרגינען אויף ייִדיש, וואָלט איך אויף העברעיִש געקענט אַרויסזאָגן נאָר מיט מינימום פֿיר ווערטער: „עינו אינה צרה בו” — זײַן אויג איז נישט אָנגעצויגן ענג אויף אים. איר הערט אַ מעשׂה — פֿיר ווערטער אין אַ נעגאַטיוון מאָדוס כּדי אַרויסזאָגן און באַשרײַבן אַ פּאָזיטיוו געפֿיל אויף ייִדיש: פֿאַרגינען. נישט קיין פֿילאָלאָג דאַרף זיך דאָ אַרײַנמישן, נאָר אַ פֿילאָסאָף און אַ פּסיכיאַטער דערצו.

פֿילאָלאָגן וועלן מן־הסתּם זאָגן אַז ווען אַ וואָרט־קאָמפּאָנענט פֿון איין שפּראַך דרינגט אַרײַן אין אַ צווייטער איז עס ווײַל אין דער צווייטער שפּראַך איז אַזאַ באַטײַט נישט פֿאַראַן. און דערפֿאַר שאַפֿט זיך אַ וואַקום וואָס ציט אַרײַן און פֿילט אויס אָט דעם בלויז. פֿאַרגינען איז אַ פּאָזיטיווע נשמה־באַוועגונג בײַ ייִדיש־ריידנדיקע, איז פֿאַר וואָס זאָל אַזאַ געפֿיל נישט זײַן מעגלעך אויף העברעיִש?

אין אַ פֿאַרקערטער ריכטונג זײַנען אַרײַנגעדרונגען אַ גרויסע צאָל העברעיִשע (אָדער בעסער געזאָגט, לשון־קודשדיקע) ווערטער אין ייִדיש, און זיי האָבן באַפֿאַרבט די טאָג־טעגלעכע ייִדישע שפּראַך במשך פֿון הונדערטער יאָרן מיט ניואַנסן און געדאַנקען־גאַנגען וואָס מע קען נאָר אַרויסרעדן און אויסדריקן מיט ווערטער פֿון דער טויזנטער־יאָרן־לאַנגער לשון־קודשדיקער קולטור.

נישט געקוקט אויף דעם וואָס ייִדיש איז אַ פֿאָנעטישע שפּראַך (נישט ווי ענגליש) האָט דער ייִדיש־ריידער און שרײַבער בדרך־כּלל אָפּגעהיט די אָרטאָגראַפֿיע פֿון די לשון־קודשדיקע ווערטער און זיי נישט נאַטוראַליזירט (לויטן סאָוועטישן סטיל). דאָס וואָס אויף סאָוועטיש־ייִדיש האָט מען געביטן משה אויף מוישע איז אין דער כּלל־שפּראַך אַוודאי געבליבן משה; טאַלמיד־כאָכעם איז געבליבן תּלמיד־חכם. אָבער דאָ און דאָרט זײַנען פֿאַראַן אויסנאַמען, אין וועלכן אַ העברעיִשער קאָמפּאָנענט איז געוואָרן אַ באַשטאַנדטייל פֿון ייִדיש אויף אַזוי פֿיל אַז מע האָט אים געניצט אָן אויפֿהער אין טאָגטעגלעכן דיסקורס, איז פֿאָרט געוואָרן נאַטוראַליזירט און הײַנט צו טאָג לא נודע כי בא אל קרבו — מע קען שוין מער נישט דערקענען זײַן העברעיִשן אָפּשטאַם.

איך רייד נישט וועגן אַזוינע פֿאַלן ווי בעל־הבית און באַלעבאָס וואָס ביידע אויסלייגן ווערן אָנגענומען אין דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע. איך רייד וועגן ווערטער וועגן וועלכע אַ ייִדיש־ריידער האָט קיין אַנונג נישט אַז עס קומט פֿון העברעיִש, אָבער האָט אָפּגעהיט דעם קאָמפּליצירטן שׂכלדיקן באַטײַט פֿון וואָרט וואָס שטאַמט מן־הסתּם פֿון גמרא־לערנען און פֿון לומדישן שקלא־וטריא. וואָס פֿאַר אַ וואָרט בין איך אויסן?

לאָמיר דערציילן אַ מעשׂה ווי אַזוי עס איז מיט מיר אַליין געשען, בבחינת בדידי הווה עובדא: דער דריטער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל, זלמן שזר, האָט מיר אַנומלט גערופֿן צו זיך און געבעטן איך זאָל דורכקוקן זײַנעם אַן אַרטיקל אין אַ וויסנשאַפֿטלעכן ייִדישן זשורנאַל, וועגן דער ייִדישער שפּראַך וואָס רבנים ניצן אין זייערע ביכער פֿון שאלות ותּשובֿות. געוואָלט האָט ער אָפּדרוקן אַזאַ אַרטיקל אין זײַנעם אַ בוך פֿאָרשונגען וועגן דער קולטור־געשיכטע פֿון ייִדן און ער איז נישט געווען זיכער צי האָט ער אַקוראַט ציטירט די ייִדישע טעקסטן פֿון אָט דער רבנישער ליטעראַטור, ווײַל דעם אַרטיקל האָט ער אָפּגעדרוקט פֿון צעטעלעך וואָס ער האָט פֿאַרשריבן און נישט געהאַט די מעגלעכקײט נאָך אַ מאָל עפֿענען די אָריגינעלע ביכער געשריבן מיט אַ רשי־כּתבֿ — וועלכע ער האָט שוין נישט געהאַט אונטער דער האַנט.

ווי אַזוי ייִדן האָבן גערעדט אויף ייִדיש אין אַלטע צײַטן מיט פֿינף הונדערט און זיבן הונדערט יאָר צוריק, ווייסן מיר זייער ווייניק ווײַל דעמאָלט זײַנען קיין רעקאָרדיר־מאַשינקעס נישט געווען און עס איז טאַקע אַ נס וואָס די רבנישע ליטעראַטור פֿון שאלות און תּשובֿות האָט פֿאַרהיט די ייִדישע גערעדטע שפּראַך. ווי אַזוי: זייער פּשוט. אַז צוויי ייִדן אין אייראָפּע האָבן געהאַט אַ סיכסוך צווישן זיך, וווּהין זענען זיי געגאַנגען זיך סודיען? צו די גויים? ניין. זיי זענען געקומען דווקא פֿאַר אַ ייִדישן בית־דין פֿון דרײַ דיינים, זיי זאָלן פּסקענען. און אויף וועלכער שפּראַך האָבן זיי פֿאַרן בית־דין אויסגעלייגט אויף טעלערלעך זייערע טענות? דווקא אויף ייִדיש. ווײַל די דיינים האָבן געוואָלט (און ווילן עד־היום) אַז די ליטיגאַנטן זאָלן זיך קלאָר אַרויסזאָגן אויף זייער מוטערשפּראַך, כּדי עס זאָל קיין ספֿק נישט בלײַבן בײַ די דיינים, וועגן וואָס עס גייט. זיי דאַרפֿן דאָך פּסקנען! אין בית־דין איז געזעסן בײַ דער זײַט אַ סעקרעטאַר וואָס האָט פֿאַרשריבן וואָרט בײַ וואָרט (אויף ייִדיש) דאָס וואָס די ליטיגאַנטן זאָגן. אַזוי האָט זיך טאַקע געשאַפֿן אַ היסטאָרישער דאָקומענט וואָס גיט איבער וואָרט בײַ וואָרט ווי ייִדן האָבן גערעדט מיט הונדערטער יאָרן צוריק.

לייען איך אַזוי אין די ביכער פֿון שאלות ותּשובֿות פֿון דער רבנישער ליטעראַטור געדרוקט מיט רש״י־שריפֿט, וועגן טאָגטעגלעכע ענינים וואָס רופֿן אַרויס אַ סיכסוך — וועגן אַ בחור וואָס איז געקומען צו גאַסט צו אַ מיידל אין שטוב און מעשׂה־שפּאַס טוט ער איר אָן אַ פֿינגערל אויפֿן פֿינגער און אין דער זעלבער צײַט אַ זאָג געטאָן: „את מקודשת לי”. דאַרפֿן די רבנים באַשליסן צי לויט דער הלכה איז זי פֿון איצט און ווײַטער — אַן אשת־איש.

אָדער, לייען איך ווײַטער — אַ קונה וואָס האָט געקויפֿט פֿלייש בײַ אַ קצבֿ קומט אין בית־דין אַרײַן און טענהט אַז דער קצבֿ האָט אים פֿאַרקויפֿט קאַליע געוואָרענע פֿלייש. דער קצבֿ טענהט — נישט אמת, און ביידע ליטיגאַנטן דערקלערן פֿאַרן בית־דין זייערע טענות אויף ייִדיש און איינער זאָגט אַז טאָמער דער צווייטער וועט לייקענען, טאָמער וועט ער זאָגן אַז… דער סעקרעטאַר פֿון בית־דין זיצט אָן אַ זײַט און פֿאַרשרײַבט: „תאמר וועט ער זאָגן אַז”.

לייענענדיק אַזאַ פּראָטאָקאָל, ווערט קלאָר אַז דער ייִדישער טאָמער קומט פֿון העברעיִשן תאמר (טאָמער וועט ער זאָגן אַז).

אָט אַזאַ פֿאָרם פֿון אַרגומענטאַציע, ווען איין צד שטעלט זיך פֿאָר וועלכע קענען זײַן די קעגן־טענות פֿונעם אַנדערן צד און נאָך איידער דער אַנדערער צד זאָגט זיך אַרויס האָט שוין דער ערשטער צד אַן ענטפֿער צו אַ טענה וואָס איז נאָך נישט אַרויסגעזאָגט געוואָרן — דאָס איז אַ תּלמודישע אַרגומענטאַציע.

אַ מין מינדלעך שאַך־שפּיל מיט אַ גמרא־ניגון… בײַם אָנהייב איז אפֿשר דאָס וואָרט תאמר אַרויסגעזאָגט געוואָרן אין ייִדיש, באַגלייט פֿון אַ דערקלערונג: „תאמר וועסטו זאָגן” לויט ווי מע פֿלעגט לערנען טײַטש־חומש אין חדר מיט קליינע קינדער, דערקלערנדיק אויף ייִדיש יעדעס וואָרט געלייענט אין דער תּורה: ויאמר — האָט געזאָגט, ה׳ — גונישט (ווײַל מע זאָגט נישט איבער דעם שם המפֿורש אַן איבעריקן מאָל), אל — צו, משה — משה. אַזוי אויך: תאמר — וועסטו זאָגן. און אַזוי ווי אַזאַ סאָרט אַרגומענטאַציע איז שוין געווען אַ טייל פֿון דרך המחשבה פֿון ייִדישע לערנער, אַז זיי שטעלן זיך פֿאָר וואָס פֿאַר אַ קעגן־טענה דער אַנדערער צד קען אַוועקשטעלן, איז ממילא די תּשובֿה שוין גרייט נאָך איידער יענער האָט געשטעלט די שאלה.

„תאמר וועסטו זאָגן‟ איז געוואָרן אַ באַשטאַנדטייל פֿון דער ייִדישער פּסיכיק פֿאָרצוזען מעגלעכע אַנטוויקלונגען אין דער צוקונפֿט, כּדי באַשליסן ווי צו האַנדלען אין דער איצטיקער צײַט. ווי זאָגט אַ באָבע איר אייניקל: „נעם אַ שירעם טאָמער וועט רעגענען” דאָס הייסט: תאמר וועסט זאָגן אַז עס וועט רעגענען, איז נעם בעסער אַ שירעם.

מיר דאַכט זיך אַז דאָס וואָרט טאָמער אין ייִדיש איז דעריבער געווען שטאַרק באַניצט אין טאָגטעגלעכן לעבן, און דאָס פֿאָלק האָט עפּעס געפֿילט אַז עס האָט וואָרצלען אין דער העברעיִשער שפּראַך.

וועגן דעם האָט דבֿ סדן באַמערקט, אין איינער פֿון זײַנע לעקציעס, אַז בײַ ייִדן זאָגט מען וועגן וואָרט טאָמער, אַז „טאָמער איז אַ ייִדענע”, אַז דער העברעיִשער נאָמען תּמר ווערט אַרויסגערעדט אויף ייִדיש טאָמער. און טאָמער מיר האָבן נאָך אַ ספֿק וועגן דער צוויישפּראַכיקייט פֿון ייִדיש און העברעיִש בײַ ייִדן — ואידך זיל גמור.