אַ קוק אויף די אויסוואָרפֿן פֿון דער ייִדישער געשיכטע

Recalling the Unsavory Characters of Jewish History


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published December 17, 2017.
Eddy Portnoy,
“Bad Rabbi and Other Strange But True Stories”
Yiddish Press (Stanford University Press, 2017)

די ייִדישע היסטאָרישע װיסנשאַפֿט איז אַנטשטאַנען אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט מיט אַ טאָפּלטער כּװנה: צו שאַפֿן אַן אָביעקטיװ בילד פֿונעם ייִדישן עבֿר און אײנצײַטיק צו פֿאַרטײדיקן ייִדן פֿון כּלערלײ אַנטיסעמיטישע בילבולים.

אָבער ניט אַלע היסטאָרישע פֿאַקטן און אומשטאַנדן האָבן געשילדערט ייִדן אין אַ פּאָזיטיוון ליכט, זײַנען די פֿריִערדיקע דורות פֿון ייִדישע היסטאָריקער געװען איבערקלײַבעריש אין זײער צוגאַנג צו דעם היסטאָרישן מאַטעריאַל, בפֿרט װען זײ האָבן געשריבן אױף ניט־ייִדישע לשונות. דערפֿאַר איז דאָס בילד פֿונעם ייִדישן עבֿר פֿאַרבליבן אַ ביסל „פֿאַרשענערט און פֿאַרבעסערט”.

גאָר אַנדערש איז געװען די פּאָזיציע פֿון דער ייִדישער פּרעסע. איר האָט ניט געאַרט „װאָס ס׳װעלן זאָגן די גויים‟. װיכטיקער איז געװען אַ שטיקל סענסאַציע אָדער אַן עפֿנטלעכער סקאַנדאַל. ערשט אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר האָבן זיך די ייִדישע היסטאָריקער גענומען אױספֿאָרשן דעם ניט־שײנעם צד פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן בכּלל און דעם ייִדישן „שונד” בפֿרט.

אַ װיכטיקער בײַטראָג איז דאָס נײַע בוך Bad Rabbi And Other Strange But True Stories from the Yiddish Press [אַ שלעכטער רבֿ און אַנדערע מאָדנע אָבער אמתע געשיכטעס פֿון דער ייִדישער פּרעסע] פֿון ד״ר עדי פּאָרטנױ. 

פּאָרטנױ איז ניט נאָר אַ מומחה אױף דער ייִדישער קולטור־געשיכטע און אַ מבֿין אױף דער ייִדישער פּרעסע, נאָר אױך אַ געניטער דערצײלער. אַװדאי איז דער שטאָף אַלײן גוט פֿאַר אַ געשפּאַנטער און לעבעדיקער לעקטור, אָבער עס איז פּאָרטנױס פֿאָרשערישע געניטשאַפֿט און אַנאַליטיש בקיאות װאָס פֿאַרװאַנלדען דעם רױען מאַטעריאַל אין אַן עכטן אַקאַדעמישן װערק. דער מחבר רופֿט דעם שטאָף פֿון זײַן פֿאָרשונג „שױמװאַרג פֿון דער ייִדישער געשיכטע”, אַ פּועל־יוצא פֿון די מאַסן־מיגראַציעס פֿון ייִדן אין די גרױסע אינדוסטריעלע שטעט סוף 19טן — אָנהײב 20טן יאָרהונדערט. דער עיקר שעפּט פּאָרטנױ זײַנע מעשׂיות פֿון דער פּאָפּולערער פּרעסע פֿון די צװײ גרעסטע ייִדישע שטעט פֿון יענער תּקופֿה, װאַרשע און ניו־יאָרק. די היסטאָרישע „שיריים”, װאָס מען געפֿינט אין אַלטע ייִדישע צײַטונגען, אַנטהאַלטן ברעקלעך פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן, װאָס זײַנען שױן לאַנג פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, נישט איבערלאָזנדיק קיין שפּור דערפֿון. 

דאָס בוך עפֿנט זיך מיט פּאָרטרעטן פֿון צװײ מערקװירדיקע פּערזענלעכקײטן, װאָס האָבן אַ מאָל געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אין אַמעריקע. אײנער איז אַ פֿרומער פּעדלער מיטן נאָמען פּסח רובענשטײן, װאָס האָט דערהרגעט אַ יונג מײדל און זײַן משפּט האָט איבערראַשט גאַנץ אַמעריקע. דער צװײטער איז דער ייִדישער „מאַהאַטמאַ” נפֿתּלי הערץ אימבער, װאָס איז באַרימט געװאָרן װי דער מחבר פֿון „התּיקוה”. אימבער איז געקומען קײן אַמעריקע פֿון גאַליציע און האָט זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע מיסטישע נבֿואות. אַזױ, למשל, האָט ער פֿאָרױסגעזאָגט אין לאָס־אַנדזשעלעס נאָך אין 1897, אַז אין פֿופֿציק יאָר אַרום װעט אין ארץ־ישׂראל אױפֿקומען אַ ייִדישע מדינה! אַ ליבהאָבער פֿון אַ ביטערן טראָפּן, האָט ער אױך צוגעזאָגט, אַז קאַליפֿאָרניער װײַן װעט זײַן צװישן די בעסטע אין דער װעלט. 

אַן אַנדער מין „נבֿיא” איז געװען „פּראָפֿעסאָר” אַ. האָכמאַן, װאָס האָט זיך רעקלאַמירט װי „אַ װעלט־באַרימטער גורל־װאַרפֿער און געדאַנק־לעזער.” זײַן ספּעציאַליטעט איז געװען אָפּצוזוכן אַנטלאָפֿענע מענער, װאָס האָבן פֿאַרלאָזט זײערע װײַבער. זײַן דערפֿאָלג אױפֿן דאָזיקן געביט האָט אים דערמוטיקט צו דערלאַנגען זײַן הילף פֿאַר די ניו־יאָרקער גענגסטערס און פּאָליטיקער. צום סוף אָבער האָט ער זיך צוגעכאַפּט צו אַ מער פּראַקטישן געשעפֿט און גענומען האַנלדען מיט הײַזער.

אין פּױלן איז דאָס ייִדישע לעבן געװען ניט װײניקער טומלדיק װי אין אַמעריקע. סײַ דאָ סײַ דאָרט האָבן ייִדישע אַנאַרכיסטן און סאָציאַליסטן אַגיטירט קעגן רעליגיע. אין ניו־יאָרק האָט אַ גרופּע אַפּיקורסים דווקא יום־כּיפּור געגאַנגען אויף שׂימחות, אין רעסטאָראַן און זיך געשלאָגן מיט פֿרומע ייִדן. די געשלעגן האָבן זיך געטראָפֿן ניט נאָר אין דער נײַער װעלט, אָבער אױך אין דער אַלטער הײם. די אַנטי־רעליגיעזע פּראָפּאַגאַנדע האָט מען פֿאַרשפּרײט דורך דער ייִדישער פּרעסע. אין פּאָרטנױס בוך קען מען זען דעם ספּעציעלן „אַנטי־ימים־נוראים־נומער” פֿון דער לאָדזשער חודש־צײַטונג „פֿרײַדענקער” פֿאַרן יאָר 1926. 

פּראָטנױס אױסקלײַב פֿון אילוסטראַציעס און איבערגעזעצטע באַריכטן פֿון ייִדישע צײַטונגען איז גרױסאַרטיק. זײַנע קאַפּיטלען ענדיקן זיך כּסדר מיט אַ שאַרפֿזיניקן שלוס. צומאָל איז דאָס בלױז אײן זאַץ, װאָס מוטיקט דעם לײענער צו באַטראַכטן די טשיקאַװע מעשׂה אונטער אַ ברײטערן היסטאָרישן קוקװינקל. למשל, אין פֿעברואַר פֿון 1929 האָט די פּױליש־ייִדישע צײַטשריפֿט „נאַש פּשעגלאָנד” דערקלערט אַ שיינהייט־קאָנקורס פֿאַר „מיס יודעאַ”. די געװינערין איז געװען אַ יונגע פֿרױ מיטן נאָמען זאָפֿיאַ אָלדאַק. אױף אַ װײַלע איז זי געװאָרן אַ באַרימטע פֿיגור אין די װאַרשעװער ייִדישע קרײַזן, אָבער איר גורל איז ניט באַקאַנט. „איר 80־יעריקע קוזינע, װאָס װױנט לעבן תּל־אָבֿיבֿ, האָט געזאָגט, אַז זי געדענקט ניט גענױ, צי אָלדאַק איז אַװעק קײן אױסטראַליע אָדער קײן טרעבלינקע,” שרײַבט פּאָרטנוי. 

דער שאָטן פֿונעם חורבן הענגט שװערלעך איבער די װאַרשעװער קאַפּיטלען פֿונעם בוך. צװישן די סאַמע טראַגישע געשיכטעס איז דער גורל פֿון דעם באַרימטן פּױליש־ייִדישן גנבֿ אורקע נאַכאַלניק, וואָס איז געװען צװישן די ערשטע, װאָס האָבן אָרגאַניזירט אַ װידערשטאַנד קעגן די נאַציס און איז העלדיש אומגעקומען אין אָטװאָצקער געטאָ.

אַ דאַנק פּאָרטנױ, זענען די אָ פֿאַרגעסענע בלעטלעך פֿונעם ייִדישן עבֿר מחיה־מתים געוואָרן, און דערבײַ צוגעגעבן אַ פֿילפֿאַרביקן לעבעדיקן עלעמענט צו אונדזער פֿאַרשטאַנד פֿון דער ייִדישער געשיכטע.