„מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחיקוך‟ (משנה, סדר נזיקין, מסכת עדיות, פרק ה׳, משנה ז׳). אָט אַזוי האָבן געזאָגט אונדזערע חכמים, און געמיינט האָבן זיי אַז אַ מנהיג קען ריידן, פּלאַפּלען, און זאָגן וואָס ער וויל, אָבער זײַנע מעשׂים זײַנען די וואָס וועלן עדות זאָגן ווער ער איז, וואָס ער מיינט, און אויף ווי פֿיל איז ער זיך מתחייבֿ — נישט מיט זײַנע ווערטער, נאָר מיט זײַנע מעשׂים.
אַלע זײַנען מסכּים אין מדינת־ישׂראל, אַז דערציִונג איז דער וויכטיקסטער פֿאַקטאָר וואָס וועט באַשטימען די צוקונפֿט פֿון אַלע אירע בירגער, און וועט פֿירן צו אַ בעסערער וועלט און פֿאַרשטאַנד צווישן זיי.
אַ בעסערער פֿאַרשטאַנד צווישן זיי? צווישן צוויי קולטורן צי מער, צווישן די בירגער פֿון דער מדינה וואָס זײַנען פֿאַרפֿלאָכטן אין אַ הונדערט־יעריקן קאָנפֿליקט, בעת זיי זײַנען נישט מסוגל שוין צענדליקער יאָרן זיך צונויפֿרעדן, לטובֿת זייער בשותּפֿותדיקער צוקונפֿט?
ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, מינימאַליסטישע אָפּטימיסטן, פֿלעגן זאָגן: „אויף ווײַטער נישט ערגער”. מוזן מיר אָנערקענען אַז הײַנט צו טאָג זענען פֿאַראַן נישט ווייניק דאָ אין לאַנד, וואָס באַטאָנען „וואָס ווײַטער אַלץ ערגער”, אַ בפֿירושער שוואַרצער הומאָר.
דזשאָרדין קוציק פֿון פֿאָרווערטס האָט דעם 26סטן מערץ 2015 אָנגעשריבן אַן [אַרטיקל וועגן שוואַרצן הומאָר בײַ ייִדן] און געגעבן אַ פּאָר בײַשפּילן, מן־הסתּם פֿון מזרח־אייראָפּעיִשן אוצר פֿון ייִדישן הומאָר. ליידער, איז מדינת־ישׂראל גאָר שעפֿעריש אויף דעם געביט, און וועגן דעם וועט דאָ גיין ווײַטער, אין ליכט פֿון דעם וואָס איז געשען דעם 12טן דעצעמבער 2017.
מיר וועלן אָנהייבן מיט אַ קורצער דעפֿיניציע, וואָס מיינט „שוואַרצער הומאָר”: אויב הומאָר מיינט אָנווײַזן אויף דעם אָפּגרונט וואָס ליגט צווישן דאָס וואָס דאַרף זײַן און דאָס וואָס פֿאַקטיש איז — איז שוואַרצער הומאָר אַ פּרוּוו צו טאָן דאָס זעלבע, אָבער אָנווײַזנדיק אויף אַן אָפּגרונט וואָס איז טיפֿער, ייִאושדיקער, פֿינצטערער און פֿון אַזאַ סאָרט אַז אַרײַנקוקנדיק אין אים ווערן פֿאַרשוואַרצט אונדזערע אויסזיכטן אויף אַ בעסערן און ליכטיקערן לעבן.
דאָס הייסט, שוואַרצער הומאָר איז אַזאַ מין איבערלעבונג אין וועלכער עס מאַטעריאַליזירט זיך אַ סיטואַציע, אַ מצבֿ, וואָס איז טראַגיש, מאַקאַבער, און צעטרייסלעריש ביז טויט.
פֿון קאָנפֿליקט צווישן ייִדן און אַראַבער אין מדינת־ישׂראל, וואַקסן אַרויס אָנצאָליקע שפּראָצונגען פֿון שוואַרצן הומאָר, און אַזאַ מין פֿלאַנץ וויל איך באַשרײַבן, כּמעט בבחינת בדידי הווה עובֿדא.
אָבער פֿריִער, מוזן מיר צוריקגיין הונדערט יאָר און דערמאָנען אַז אין דער ייִדישער ליטעראַטור בײַם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען דערשינען אין דרוק צוויי ליטעראַרישע נבֿואות וועלכע ווערן טיילווײַז מקוים הײַנט צו טאָג. הלל צייטלין, דער קאָריפֿיי פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און פּרעסע, האָט אין 1919 אָנגעשריבן אַן אוטאָפּישן ראָמאַן מיטן נאָמען די מדינה ‘ישׂראל’ אין יאָר 2000, וווּ ער באַשרײַבט אַז עס וועט אויפֿקומען אַ ייִדישע מדינה מיטן נאָמען ישׂראל, אַן אָרט פֿון אידעאַלער שלמות, דער עיקר אין וואָס באַלאַנגט הלכה, רעגירונג און געזעלשאַפֿטלעכער יושר. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער געניאַלער הומאָריסט יוסף טונקל (דער טונקעלער) אָפּגעדרוקט אַ דיסטאָפּיע, ס’הייסט, אַ באַשרײַבונג פֿון אַ מענטשלעכער רעאַליטעט אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ עס הערשן זייער שווערע לעבנס־באַדינגונגען, לרובֿ באַגלייט פֿון אַ דיקטאַטור און אויסנוץ פֿון די בירגער. אָט די דיסטאָפּיע האָט דער טונקעלער אָנגערופֿן דער משוגענער מלמד, וועגן אַ דרדקי מלמד וואָס איז בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אַראָפּ פֿון זינען נאָך דעם ווי אַ צופֿעליקע קויל האָט דערהרגעט זײַן יאָסעלען. דער מלמד האָט “פֿאַרשטאַנען” אַז עס האַנדלט זיך וועגן אַ אַ וועלט־שחיטה אין וועלכער אַלע שלאָגן זיך צווישן זיך, שיסן איינעם אויף דעם אַנדערן, און האַלטן מלחמה לשם מלחמה.
הונדערט יאָר שפּעטער, בײַ אונדז אין מדינת־ישׂראל, ווערן מאַטעריאַליזירט טיילן פֿון הלל צייטלינס אוטאָפּיע און ליידער אויך — טאָג־טעגלעך — טיילן פֿון יוסף טונקלס דיסטאָפּיע, און ווי עס זעט אויס לויט דעם וואָס עס איז געשען דעם 12טן דעצעמבער 2017, „וואָס ווײַטער אַלץ ערגער”.
איז וואָס איז טאַקע געשען ערבֿ דעם אָנצינדן דאָס ערשטע חנוכּה־ליכטל? בעת דער יום־טובֿ חנוכּה דערמאָנט אונדז אויף ווי ווײַט מיר האָבן באַזיגט די יוונים, איז דאָ אַ סבֿרה אַז הײַנט צו טאָג זײַנען מיר ייִדן אַליין געוואָרן ענלעך צו די יוונים.
מײַן חבֿר אהרן ברנע (בלאַטשינסקי), מײַן יוגנט־חבֿר פֿון אַרגענטינע, וועלכער האָט עולה געווען אין יאָר 1958, האָט אין אַפּריל 1999 פֿאַרלוירן זײַן זון נועם, וועלכער איז געפֿאַלן ווי אַ סאָלדאַט צו פֿוסנס פֿון לבֿנון.
פֿון דעמאָלט אָן איז ער טעטיק צוזאַמען מיט אַראַבישע טאַטעס און מוטערס וועמענס זין זײַנען געוואָרן קרבנות פֿונעם אַראַביש־ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט. שוין 18 יאָר וואָס אָט די גרופּע פֿון ייִדן און פּאַלעסטינער, מיטן נאָמען „חוג הורים פורום משפחות‟ [עלטערן־קרײַז פֿונעם משפּחה־פֿאָרום] ריידן זיך צונויף, און ווערן אײַנגעלאַדן אין די ישׂראלדיקע מיטלשולן צו רעדן פֿאַר דער ישׂראלדיקער יוגנט — דאָס הייסט, פֿאַר דער ישׂראלדיקער צוקונפֿט — אויף ווי ווײַט עס איז נייטיק אָפּצושטעלן דעם בלוטבאָד וואָס דערפֿירט נישט צו קיין טאָלק.
אָבער דעם 12טן דעצעמבער 2017, האָט עמעצער פֿון דערציִונגס־מיניסטעריום אין ישׂראל, מינוטן איידער די גרופּע האָט געהאַלטן בײַם אַרײַנגיין אין די העכערע קלאַסן פֿון אַ ישׂראלדיקער מיטלשול, אויפֿגעהויבן דאָס טעלעפֿאָן־טרײַבל און פֿאַרווערט דער דירעקטאָרשע פֿון מיטלשול, מקיים צו זײַן אַזאַ טרעפֿונג. דער דערציִונגס־מיניסטער האָט שפּעטער באַטאָנט אַז ער האָט זיך דערוווּסט וועגן אַזאַ פֿאַל, נאָר פֿון די קאָמוניקאַציע-מיטלען. דער דערציִונגס־מיניסטער שווײַגט ווײַטער, און צוויי טעג נאָך דער געשעעניש טוט ער גאָרנישט.
לייג איך דערפֿאַר פֿאָר, מע זאָל בײַטן דעם נאָמען פֿון מיניסטעריום, ניצנדיק טאַקע דעם זעלבן שורש „ציִען”, אָבער מיט דער הילף פֿון דעם פּרעפֿיקס „אָפּ־” און פֿון איצט און ווײַטער זאָל מען דעם מיניסטעריום אַ נאָמען געבן אַנשטאָט דערציִונגס־מיניסטעריום, און אים באַטיטלען מיטן מער רעאַליסטישן טיטל: אָפּציִונגס־מיניסטעריום, וואָס דאָס מיינט (מיט דער הילף פֿון ווערב אָפּציִען), אָפּטרעטונגס־מיניסטעריום, אָדער אַנטלויף־מיניסטעריום, דאָס הייסט: אַ מיניסטעריום וואָס אַנשטאָט צו דערציִען דעם יונגן דור אַז קעגנדיקע צדדים זאָלן זיך צוזאַמענרעדן אַנשטאָט שיסן, טרעט ער אָפּ פֿון זײַן חובֿ צו ברענגען שלום אין אַ וועלט פֿון קאָנפֿליקטן, און טרעט אָפּ פֿון דערציִונגס־פֿראָנט, באַריקאַדירנדיק זיך הינטער שווײַגנדיקע מויערן פֿון צעמענטירטע ווענט ווײַל „ס׳איז נישטאָ מיט וועמען צו ריידן” — אַ „נבֿואה” וואָס טרײַבט זיך אַליין אונטער. מע קען אויך אָנרופֿן אָט דעם מיניסטעריום „אַנטלויף־מיניסטעריום”, וואָס ווערט אַנטרונען, טאָמער וועט מען אים כאַפּן בײַ אַ פּאָזיטיווער שטעלונג צו מענטשלעכער קעגנזײַטיקער פֿאַרשטענדעניש.
אויב אַזוי האָט מדינת־ישׂראל לעצטנס מנדבֿ געווען אַ טרויעריקן צושטײַער צו דעם אוצר פֿון שוואַרצן הומאָר בײַ ייִדן. אַ צושטײַער וואָס איז אַ הויכפּונקט אויפֿן געביט פֿון אָט דעם זשאַנער. לאָמיר פֿאַרגלײַכן. אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון שוואַרצן הומאָר בײַ ייִדן וועט באַלײַכטן די פּרעעמינענץ פֿון אונדזער פֿרישן און, צום באַדויערן, טרויעריקן שוואַרצן הומאָר אין מדינת־ישׂראל.
שוואַרצער הומאָר איז אַ ברייט פֿעלד וואָס דעקט אַ קאָלירפֿולע גאַמע פֿון ניואַנסן, אָבער דאָס בשותּפֿותדיקע בײַ אַלע בײַשפּילן וואָס מיר וועלן דאָ ווײַטער ברענגען, איז דער טויט אין זײַנע פֿילזײַטיקע אַספּעקטן פֿון מענטשן און גאַנצע פֿעלקער, אָנהייבנדיק פֿון אַ וווּנק אויף אַ פֿילאָסאָפֿישער פּערספּעקטיוו, ביז דעם באַלאַסט פֿון אַן איבעריקן טויט אין דער מענטשלעכער עקזיסטענץ.
ערשטער בײַשפּיל: אַ קליין קינד בעט זיך בײַ דער מאַמען: מאַמע, איך קען זיך שפּילן מיטן זיידן? ענטפֿערט די מוטער: ניין, טײַערינקער, דו קענסט נישט. אָבער מאַמע, איך וויל זיך שפּילן מיטן זיידן! ניין, טײַערינקער, דו טאָרסט זיך ניט שפּילן מיטן זיידן. פֿאַרוואָס, מאַמע, לאָז מיך זיך שפּילן מיטן זיידן…
דאָס קינד בעט זיך, ביז צום סוף ווערט די מאַמע מיד און זאָגט: נו גוט, ייִנגעלע, שפּיל זיך מיטן זיידן, און אַז דו וועסט ענדיקן, לייג צוריק אַרײַן די ביינער אין קבֿר.
צווייטער בײַשפּיל: אַ זיידע זיצט אויף אַ סאָפֿע, זײַנע פֿיס פֿאַרבויגן אונטער זיך. דאָס אייניקל פּרוּווט אַרויסציִען דעם זיידנס פֿיס. די מאַמע זעט וואָס עס טוט זיך, און זי זאָגט: משהלע, לאָז דעם זיידן צו רו! משהלע פּרוווּט ווײַטער אַרויסציִען די פֿיס בײַם זיידן. די מאַמע ווערט אין כּעס. משהלע דערקלערט: אָבער מאַמע, דו זאָגסט דאָך שטענדיק דעם טאַטן אין שלאָפֿצימער אַז ווען דער זיידע וועט אויסציִען די פֿיס, וועט אונדז ווערן לײַכטער אויף דער נשמה.
דריטער בײַשפּיל: צוויי ייִדן ווערן געפֿירט אין געטאָ, מע גייט זיי הענגען. דער ערשטער ייִד איז טרויעריק און דערשלאָגן. דער צוויטער איז מלא־שׂימחה. פֿרעגט אים דער ערשטער: וואָס איז די גדולה אויף דיר? ענטפערט אים דער צווייטער: נאַרעלע, וואָס פֿאַרשטייסטו ניט? מע גייט אונדז הענגען, הייסט דאָס אַז עס האָבן זיך געענדיקט בײַ זיי די קוילן!.
פֿערטער בײַשפּיל: צוויי סאָלדאַטן פֿון צבא ההגנה לישראל האָבן זיך געשלאָגן אין 1948 קעגן די אַראַבישע חיילות, פֿאַר דער אומאָפּהענגיקייט פֿון מדינת־ישׂראל. האָבן זיי אַטאַקירט אַ הויז פֿון וועלכן מע האָט אויף זיי געשאָסן. זיי האָבן אַרײַנגעוואָרפֿן אַ גראַנאַט דעם שׂונא אין הויז, אַ שוואַרצער רויך האָט זיך געקרײַזלט, און אַ דערשראָקענער אַראַבער איז אַרויס מיט אויפֿגעהויבענע הענט.
די סאָלדאַטן האָבן דערזען אַ שׂונא, זאָגט דער ערשטער צום צווייטן: לאָמיר אים דערשיסן. זאָגט דער צווייטער צום ערשטן: איך קען נישט, שיס דו. דער אַראַבער האָט געזען אַז די סאָלדאַטן קווענקלען זיך, האָט ער אויסגעשריִען: איך האָב ליב ייִדן! איך בין אַן אָנהענגר פֿון משה שערטאָק (דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער). אַז די סאָלדאַטן האָבן דערהערט משה שרת, זענען זיי געוואָרן אויסער זיך און אַ געשריי געטאָן: משה שרת — אָט דער מפּא״יניק … און זיי האָבן ביידע אויסגעשאָסן אויפֿן אַראַבער. (דערציילט פֿונעם באַליבטן ישׂראלדיקן שרײַבער ישׂראל וויסלער, באַקאַנט ווי „פּוטשו‟). אַ פֿאָלק, וווּ איינער פֿון זײַנע מיטגלידער איז מסוגל צו שיסן אויף דעם פּרעמיער־מיניסטער, וועט מן־הסתּם נישט קאָנען זיך צונויפֿרעדן מיט זײַנע שׂונאים. און ליידער, וואָס ווײַטער אַלץ ערגער. דעם 12טן דעצעמבער 2017 האָט דער אָפּציִונגס־מיניסטעריום אַרויפֿגעשטיגן צו די סאַמע הייכענישן פֿון שוואַרצן הומאָר. ייִדישע און אַראַבישע משפּחות וואָס האָבן פֿאַרלוירן זײערע קינדער, פּרוּוון שוין מער ווי 18 יאָר זיך צונויפֿרעדן מיטן יונגן דור, אָפּצושטעלן דעם בלוטבאָד, דעם טויט וואָס גנבֿעט זיך אַרײַן אין לעבן פֿאַר דער צײַט. שטאַרבן וועלן מיר אַלע, אָבער פֿאַר וואָס פֿאַר דער צײַט?
נעמענדיק אין באַטראַכט אַז דער אָפּציִונגס־מיניסטעריום האָט ניט אָפּגעזאָגט יענעם חכם וואָס האָט פֿאַרווערט דעם צוזאַמענטרעף פֿון טויט־געפּרוּווטע טאַטעס און מאַמעס, איז קלאָר אַז ער וויל בכלל נישט דערציִען קיין דור וואָס קאָן לייזן קאָנפֿליקטן דורך װערטער אַנשטאָט בלוט־פֿאַרגיסונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.