אַ מאָדנע טבֿע בײַ מענטשן: מע מאַכט זיך כּלומרשט גרויס דורך אַוועקמאַכן יענעם מיט דער האַנט. דאָס קומט צום אויסדריק אויף כּלערליי אופֿנים; פֿאַרשטייט זיך, אַז אונדז אינטערעסירט דער שפּראַכיקער מאָמענט.
אָט מיינען אַ סך אַמעריקאַנער וואָס שטאַמען פֿון די צפֿונדיקע שטאַטן, אַז יעדער דרומדיקער איז אַ כאַם. לאַכט מען אין צפֿון פֿונעם דרומדיקן אַקצענט. אין בריטאַניע על אַחת כּמה־וכּמה: באַלעבאַטישע לאָנדאָנער לאַכן פֿון קאָקניס; דרומדיקע ענגלענדער לאַכן פֿון צפֿונדיקע; ענגלענדער לאַכן פֿון שאָטלענדער און וועלשישע.
אויך בײַ ייִדן איז דאָס אַ מכּת־מדינה: ליטוואַקעס לאַכן פֿונעם פּוילישן אוי ווײַ, בשעת פּוילישע לאַכן פֿונעם ליטווישן „סאַבעסדיקן לאָסן“.
אפֿשר נאָך טרויעריקער זענען די „פּראָווינצער“ דיאַלעקטן װאָס זייערע רעדערס זענען אויסגעשטעלט צו לײַטיש געלעכטער אויף אַזוי ווײַט, אַז כּמעט אַלע באַמיִען זיי זיך אַראָפּוואַרפֿן פֿון זיך זייער דיאַלעקט. (בלויז אַ וויסטער עקשן ווי מײַן פּאָדאָליער־געבוירענער זיידע וואָלט עס נישט געטאָן.)
ס׳רעדט זיך דאָ וועגן „טאָטע־מאָמע־לשון“, אין פּאָדאָליע (הײַנט דרומדיק אוקראַיִנע), באַסאַראַביע (הײַנט מאָלדאָװע) און מאָלדעווע (מיזרח־רומעניע), וווּ מע זאָגט נישט טאַטע, נאָר טאָטע און נישט מאַמע, נאָר מאָמע. נישט גענוג וואָס מע פֿלעג פֿון אַזאַ לשון לאַכן, נאָר אין גיכן וועט עס בעוונותינו הרבים אין גאַנצן פֿאַרגעסן ווערן.
אָט דער דיאַלעקט שפּיגלט זיך אויך אָפּ אין ייִדישע ערטער-נעמען: פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי שטעט און שטעטלעך, וווּ דער אָרטיקער ייִדישער אַרויסרעד איז מיט קמץ דאָרטן, וווּ מע וואָלט זיך געריכט אויף פּתח.
אָט ווייסן מיר פֿון אַ משׁכּיל פֿון סוף 18טן י״ה וואָס האָט זיך אָנגענומען פֿאַר מאַמע־לשון, איז ער באַקאַנט ווי מענדל לעפֿין „סאַטאַנאָווער“, ווײַל זײַן היימשטאָט הייסט בײַ די אומות־העולם Satanov. די אָרטיקע ייִדן האָבן עס אָבער נישט גערופֿן סאַטאַנאָוו, נאָר סאָטענעוו (אַקצענטירט אויף סאָ).
הײַנט די שטאָט Kamyanets/Kamenets איז אויף מאַמע־לשון קאָמענעצ; די שטאָט Balta איז באָלטע; דאָס חסידישע שטעטל Talne איז טאָלנע; דאָס שטעטל Krasne, וואָס דערפֿון האָט געשטאַמט דער סאָוועטיש־ייִדישער פּאָעט שיקע דריז, איז קראָסנע; אַ שטעטל Samhorodok איז סאָמערדיק; Kolbasna/Cobasna איז קאַלבאָסנע; און Lipkany/Lipcani, דער „באַסאַראַבער אָלימפּ“, וואָס האָט אַרויסגעגעבן די שרײַבערס אליעזר שטיינבאַרג, יהודה שטיינבערג, יעקבֿ שטערנבערג, אליעזר גרינבערג און משה אַלטמאַן, ווי אויך דער חזן משה אוישער, רעדט מען אַרויס אויף ייִדיש ליפּקאָן.
אַחרון אַחרון: דער גרויסער רבי ר׳ נחמן האָט געוווינט אין אַ שטעטל Bratslav. וואָס זשע העלפֿט גאָט? ייִדן האָבן נישט געזאָגט בראַצלאַוו, נאָר בראָסלעוו. טאָמער איז דאָס ווייניק, רופֿן זיך די הײַנטיקע חסידים זײַנע ר״ל „ברעסלאָוו“. זענען דאָ אַזוינע וואָס מיינען, אַז דער אוקראַיִניש־געבוירענער ר׳ נחמן בראָסלעווער האָט גאָר געשטאַמט פֿונעם דײַטשיש־פּוילישן ברעסלע (Breslau, אין שלעזיע; הײַנט ווראָצלאַוו, פּוילן) צי אַפֿילו פֿונעם סלאָוואַקישן Bratislava (אויף ייִדיש: פּרעשבאָריק)! איז בראָסלעוו נישט נאָר אויטענטישער, נאָר אויך קלאָרער, שווערער צו פּלאָנטערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.