ייִוואָ־קורס וועגן „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ מיט ד״ר דוד פֿישמאַן

YIVO Course on the Paper Brigade with Dr. David Fishman


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 20, 2017.

אַז מע וויל זיך לערנען פֿון אַ באַרימטן פּראָפֿעסאָר אויף אַ טעמע, וועגן וועלכן ער האָט נאָר וואָס אַרויסגעלאָזט אַ פּאָפּולער בוך, דאַרף מען געוויינטלעך זײַן אַ סטודענט אין אַ חשובֿן אוניווערסיטעט. דער ברייטער עולם וועט אָבער באַלד האָבן אַ געלעגנהייט זיך צו דערוויסן וועגן דער געשיכטע פֿון דער „פּאַפּירענע בריגאַדע‟ דורך אַ קורס אינעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט מיטן היסטאָריקער ד׳׳ר דוד פֿישמאַן (פֿון „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟), דער מחבר פֿונעם נײַעם בוך „די ביכער־שמוגלער‟.

אין דעם מיניקורס, וואָס וועט פֿאָרקומען ווי אַ טייל פֿונעם ווינטער־זמן בײַם „ייִוואָ‟, וועט מען איבערלייענען אויף ייִדיש און ענגליש די טאָגביכער פֿון צוויי אינטעליגענטן וואָס האָבן ריזיקירט זייער לעבן כּדי צו ראַטעווען די ייִדישע קולטור־אוצרות פֿון דער ירושלים ד׳ליטה: הערמאַן קרוק און זעליג קאַלמאַנאָוויטש.

די קלאַסן וועלן זיך טרעפֿן במשך פֿון דרײַ מיטוואָכן — דעם 3טן, 10טן און 17טן יאַנואַר פֿון 1:30 ביז 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג. דער שׂכר־לימוד איז $250 פֿאַרן ברייטן עולם און $175 פֿאַר ייִוואָ־מיטגלידער.

אַחוץ ד׳׳ר פֿישמאַנס קורס וועגן דער „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ וועט מען אויך לערנען זיבן אַנדערע קורסן ווי אַ טייל פֿון ייִוואָס ווינטער־זמן. צווישן זיי: אַ קורס פֿון ד״ר יאַן שוואַרץ (לונדער אוניווערסיטעט) וועגן די אַרטיקלען און פֿעליעטאָנען פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, וואָס זענען דערשינען אין דער וואַרשעווער ייִדישער פּרעסע במשך פֿון די יאָרן 1925־1935, און אַ קורס אָנגעפֿירט פֿון ד״ר דזשעק דזשייקאָבס (ניו־יאָרקער שטאָטישער אוניוועריסטעט) וועגן דער געשיכטע פֿון „בונד‟.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yivo.org/winter-program.