קאַדיע מאָלאָדאָווסקי אויף ייִדיש און העברעיִש: אַ פֿאַרגלײַך

Kadya Molodowsky in Yiddish and Hebrew: A Comparison

פֿון בני מער

Published December 22, 2017.

    

קדיה מולודובסקי, „לילות חֶשְוָן: שירים‟
געזאַמלט פֿון אמיר שומרוני
„הוצאת הקיבוץ המאוחד‟ (2017)


דאָ, אין ישׂראל, איז קאַדיע מאָלאָדאָווסקי באַקאַנט, דער עיקר, צוליב אירע קינדערלידער; זיי זײַנען געבוירן געוואָרן פֿון דאָס נײַ אין די פּרעכטיקע איבערזעצונגען פֿון די בעסטע העברעיִשע פּאָעטן ווי נתן אַלטערמאַן און לאה גאָלדבערג (אָלקע מיט דער בלויער פּאַראַסאָלקע איז געוואָרן איֶלֶת, למשל). די קינדערלידער אויף עבֿרית זײַנען אַרויס אין יאָר 1945, אָבער אַ סך ישׂראלדיקע קינדער הערן װי מע רעדט וועגן אירע העלדן פּרץ און אילת ביזן הײַנטיקן טאָג.

אמיר שומרוני, וואָס האָט אַרויסגעגעבן דאָס נײַע בוך, טענהט אַז מאָלאָדאָװסקיס גרויסע פּאָפּּולאַריטעט אין ארץ־ישׂראל האָט אפֿשר משפּיע געווען אויף מאָלאָדאָווסקיס באַשלוס צו קומען אַהער שוין אין יאָר 1949. דרײַ יאָר שפּעטער האָט זי חרטה געקריגן און צוריק געפֿאָרן קיין אַמעריקע. הײַנט קאָן מען דאָ די פּנימער פֿון נתן אַלטערמאַן און לאה גאָלדבערג, אַ דאַנק די נײַע באַנקנאָטן, ווי 100 און 200 שקלים. אויך די וואָס קענען דעם נאָמען קאַדיע מאָלאָדאָווסקי ווייסן מסתּמא נישט אַז זי האָט קודם־כּל און נאָך אַלעמען געשריבן לידער פֿאַר דערוואַקסענע.

דערפֿאַר איז דאָס בוך „לילות חשון” (חשוונדיקע נעכט), אַן אויסקלײַב פֿון מאָלאָדאָווסקיס לידער, טאַקע אַ פּנים חדשות אין דער ישׂראלדיקער קולטור. שומרוני האָט אויסגעקליבן צענדליקער אַלטע איבערזעצונגען, און האָט זיי פּובליקירט אין איינעם מיט די ייִדישע אָריגינאַלן. אַזוי ווערט עס אַ מין נײַ בוך פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקין, און דערפֿאַר קאָן עס פֿאַראינטערעסירן נישט נאָר די העברעיִִש־לייענערס, נאָר אויך ייִדישיסטן. דערצו האָט שומרוני צוגעגעבן אַ הקדמה און אַ נאָכוואָרט מיט פּרטימדיקע קאָמענטאַרן וועגן מאָלאָדאָווסקי און אירע איבערזעצערס (און אויך אַ פּאָר פֿון זײַנע אייגענע איבערזעצונגען).

דאָס בוך האָט נאָך אַ מעלה, בפֿרט פֿאַר אַן איבערזעצער: עס קאָן אַרויסווײַזן די פֿאַרשיידענע אַנטוויקלונגען אין דער איבערזעצונג פֿון ייִדיש אויף העברעיִש אין די לעצטע צענדליקער יאָרן. איך דאַרף זיך מודה זײַן, למשל, אַז איך האָב פֿריִער טאַקע נישט געהאַט געהערט פֿון שכנא נעשקעס (1981-1906), „איינער פֿון די בולטער איבערזעצערס פֿון מאָלאָדאָווסקי”, ווי שומרוני שרײַבט (ז׳ 376). נעשקעס איז אויך אַ בולטער פֿאַל פֿון די איבערזעצונג־נאָרמעס וואָס האָבן געהערשט דאָ אין דער צײַט ווען אַלע איבערזעצערס זײַנען געבוירן געוואָרן אין ייִדישלאַנד (טאַקע ווי נעשקעס אַליין). אין אַ געוויסער מאָס האָבן זיי ממשיך געווען די טראַדיציע פֿון מענדעלע מוכר ספֿרים (און אפֿילו פֿון די פֿריִערדיקע משׂכילים): זיי האָבן נישט איבערגעזעצט פֿאַר אַן עולם וואָס קאָן נישט קיין ייִדיש (ווײַל ווער האָט דעמאָלט נישט געקאָנט ייִדיש?) נאר כּדי צו בויען די אַלט־נײַע שפּראַך, עבֿרית; מיט יעדער שפּראַכיקער שאַפֿונג האָבן זיי באַרײַכערט דעם אוצר פֿון ווערטער און אויסדרוקן.

איך האָב אָבער אַ חשד אַז דערצו האָבן זיי, די דעמאָלטיקע איבערזעצערס, געוואָלט באַווײַזן אַז עבֿרית קאָן גובֿר זײַן ייִדיש, ד״ה ווערן שענער און רײַכער ווי זי. גלײַכצײַטיק האָבן זיי געוואָלט באַווײַזן אַז אויך ייִדיש פֿאַרמאָגט אַ הויכע ליטעראַטור.

לאָמיר באַטראַכטן, למשל, אַ ליד ווי „פֿרויענלידער” פֿון מאָלאָדאָווסקיס „חשונדיקע נעכט”, וואָס איז אַרויס אין ווילנע, אין יאָר 1927. דאָ שרײַבט די פּאָעטעסע:

„עס וועלן די פֿרויען פֿון אונדזער משפּחה / בײַ נאַכט אין חלומות מיר קומען און זאָגן”. אין נעשקעס׳ איבערזעצונג ווערן די פּשוטע „חלומות” — חזיונות (אַנטפּּלעקונגען, זעונגען). און אַזוי הייבט זיך אָן דאָס ליד: „בְּחֶזְיוֹנוֹת הַלֵּיל תָּבאנָה אֵלַי נְשֵי מִשְפַּחְתֵּנוּ לֵאמר”. נעשקעס באַנוצט דאָ אַ טערמין וואָס האָט בפֿירוש צו טאָן מיט נבֿואה, ווי „משא גֵיא חִזָיון” („די נבֿואה אויף דעם טאָל פֿון זעונג” — ישעיה כב, א).

אויך דאָס וואָרט „לֵיל” איז אַן אַרכאַיִשע פֿאַרקירצונג פֿון „לילה” (נאַכט), אַזוי ווי די ווערטער „שני” און „חֶלֶד” זײַנען נישט סתּם „אדום” און „חיים” (רויט און לעבן), נאָר ליטעראַרישע אויסדרוקן. אַזוי האָט אויך דבֿ סדן (שטאָק) געפֿונען חן דווקא אינעם וואָרט „פּז” (זהב), נישט נאָר ווײַל עס האָט אין זיך ווייניקער סילאַבן (כאָטש דאָס איז אויך אַ מעלה אין אַ שפּראַך ווי העברעיִש, וואָס איז רײַך מיט סילאַבן), נאָר אויך ווײַל ס’איז „שענער”.

ס׳איז נישט קיין צופֿאַל װאָס די סאָציאַליסטקע מאָלאָדאָווסקי קלײַבט אויס אַ טאָגטעגלעך (אָדער בעסער געזאָגט, נאַכט־נעכטלעך) וואָרט ווי „חלומות”, און ס׳איז נישט קיין צופֿאַל װאָס עס ווערט דערהויבן אין עבֿרית צו אַ תּנ״כישער מדרגה. בשעת מאָלאָדאָווסקי באַנוצט בכּיוון אַ פּשוטע ווערטער־פּאַלעטע פֿון זשאַנער־צייכענונגען, פֿאַרבט נעשקעס זײַנע איבערזעצונגען מיט די דראַמאַטישע קאָלירן פֿונעם שפּאַנישן קינסטלער על־גרעקאָ. אַזוי ווערן די מאָדערענע לידער פֿון דער יונגער מאָלאָדאָווסקי כּמעט פּיוטים, אויב נישט מליצות.

„פֿרויענלידער” איז נאָר אַ בײַשפּיל פֿון אָט דער נטיה פֿון די אַלטע איבערזעצונגען, און מע קאָן עס זען אין אַ ריי אַנדערע לידער אין בוך. די איבערזעצערס שטרעבן בדרך־כּלל צו העכערן דעם רעגיסטער, און זיי טראַכטן כּסדר אויס נײַע ווערטער. למשל, מאָלאָדאָווסקי שרײַבט אין איר ליד „דזשיקע גאַס”: „עס קלינגט די לופֿט”. דבֿ חומסקי זעצט עס איבער ווי: „האוויר רחוּש”, אַ וואָרט וואָס עקסיסטירט נישט. מיר דאַכט זיך אַז אַזאַ שיינער אימאַזש דאַרף נישט קיין שום משוררים.

פֿאַרשטייט זיך, קאָן מען צווישן די איבערזעצונגען געפֿינען אַ סך וואָס זײַנען נישט „פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט” און דערפֿאַר האָבן זיי זיך נישט געעלטערט. און אַפֿילו צווישן די מליצות קאָן מען געפֿינען שיינקייט און פּרעכטיקייט. אָבער הײַנט צו טאָג קאָן שוין העברעיִש דעם סוד פון איידעלן פּשטות, וואָס איז גענוג שיין און דאַרף נישט קיין שום דעקאָראַציע. הײַנט וואָלט מען עס איבערגעזעצט פּראָסט און פּשוט: „האוויר מצלצל” (עס קלינגט די לופֿט).

פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך מורא אַז הײַנט איז עס נישט נאָר אַ פֿראַגע פֿון וועלן, נאָר אויך פֿון קאָנען. מיר, די הײַנטיקע איבערזעצערס, פֿאַרמאָגן בדרך־כּלל נישט קיין רײַכן באַגאַזש ווי אין יענע דורות, און ווען מיר זעען אַ חלום האָבן מיר נישט אין זינען קײן תּנ״כישע חזיונות (וויזיעס). ד״ה, נישט נאָר ווילט זיך נישט איבערזעצן אַזוי — נאָר מע קאָן נישט. דערפֿאַר איז וויכטיק אַ קוק טאָן אויף צוריק, כאָטש פֿון צײַט צו צײַט, אין דער טראַדיציע פֿון מאָלאָדאָווסקיס איבערזעצונגען.