אין די ישׂראלדיקע שטעט כּפֿר־סבא און תּל־אָבֿיבֿ געפֿינט זיך אַ געוועלב מיטן נאָמען „הפּולנייה” [די פּוילישע פֿרוי]. אין דער אמתן רעדט זיך נישט וועגן פּוילישע פֿרויען, נאָר וועגן דעם אימאַזש פֿון דער פּויליש־ייִדישער מאַמען.
מיכַל פֿישביין, די אייגנטימערין, פֿאַרקויפֿט דאָרט כּל־מיני סוּווענירן — טעפּעלעך, פֿאַרטעכער, קאַלענדאַרן, העמדער פֿאַר מענער, בלוזקעס פֿאַר פֿרויען, ווינטשקאַרטלעך, מאַגנעטן — באַצירט מיט אילוסטרירטע הומאָריסטישע אויסדרוקן אַסאָציִיִרט מיט דער ייִדישער מאַמען, איבערגעזעצט אויף העברעיִש.
צווישן זיי געפֿינט מען די ווײַטערדיקע: „קענסט וויינען ביז מאָרגן, ס׳וועט דיר גאָרנישט העלפֿן‟; „איך פֿיר דאָ נישט קיין רעסטאָראַן!‟; „ווי ווייסטו אַז ס׳געפֿעלט דיר נישט אַז דו האָסט עס אַפֿילו נישט פֿאַרזוכט?‟
קונים וואָס קענען נישט קיין העברעיִש קענען באַשטעלן די סחורה פֿון דער קראָמס ענגליש־שפּראַכיקער וועבזײַט, „אוי וויי‟.
דאָס ערשטע מאָל וואָס כ׳בין אַרײַן אין געוועלב איז מײַן ערשטע אַסאָציאַציע געווען מיטן ישׂראלישן מאָלער יאיר גאַרבוז, אַ סאַברע וואָס וווינט אין גבֿעתיים, וואָס האָט געהאַט דעם מוט צו שרײַבן אַ בוך וועגן זײַנע אייגענע איבערלעבונגען ווי אַ פּויליש־ישׂראלדיקער ייִד: „תּמיד פּולַני‟ [תּמיד אַ פּּוילישער].
אין מײַן אייגענער משפּחה איז דווקא מײַן פֿאָטער געווען דער פּוילישער; מײַן מוטער — פֿון בוקאָווינע. דערפֿאַר, ווען כ׳האָב יונגערהייט דערזען ווי וויצן וועגן פּויליש־ייִדישע מאַמעס רופֿן אַרויס אַ האַרציק געלעכטער, האָב איך אַליין ניט געוווּסט ווי אַזוי צו רעאַגירן פּשוט ווײַל דער סוביעקט איז מיר ניט געווען באַקאַנט.
מיטן פֿאַרלויף פֿון די יאָרן האָב איך זיך מער אײַנגעגלידערט אין לאַנד ביז איך האָב שוין אַליין הנאה געקראָגן פֿון אַזעלכע וויצן. אָפֿט מאָל זענען דאָס וויצן מיט אַ לאַנגער באָרד, וואָס מ׳האָט געהאַט פֿאַרגעסן.
מיכל האָט מיר דערציילט, אַז איין מאָל איז אין געוועלב אַרײַן אַ קונה, אַ פֿרוי אין די פֿערציקער פֿון מזרחדיקן אָפּשטאַם. נאָך אַ ווײַלע האָט די קונה זיך געוואָנדן אַן אויפֿגעברויזטע צו מיכל: „פֿאַר וואָס מאַכט איר חוזק פֿון די פּוילישע? גוטע, טײַערע פֿרויען זענען זיי!‟
מיכל האָט איר דערקלערט אַז זי לאַכט ניט אָפּ פֿון זיי און אַז זי איז אַליין אַן אָפּשטאַמיקע פֿון פּוילן. די קונה האָט זיך ווײַטער אַרומגעדרייט אין געוועלב און האָט דערציילט, אַז זי פּאַסט אױף אױף עלטערע לײַט וואָס די מערהייט פֿון זיי זענען פֿון פּוילישן אָפּשטאַם און אַז לעצטנס האָט איינע געזאָגט אַ זאַך וואָס וועט איר — מיכל — אפֿשר געפֿעלן: בײַ דער אַלטיטשקער איז ניפֿטר געוואָרן אַ נאָענטע חבֿרטע. ווען מען האָט זי געבעטן זיך צוגרייטן צו גיין אויף דער לוויה, האָט יענע געענטפֿערט: „צו וואָס זאָל איך גיין אויף איר לוויה? זי וועט דאָך במילא ניט קומען אויף מײַנער!”
מיכל איז דער זאָג שטאַרק געפֿעלן געוואָרן און זי האָט באַשטעלט אַ מאַגנעט מיט אָט די ווערטער.
מיכַל פישביינס איניציאַטיוו איז פֿאָרצושטעלן דעם אימאַזש פֿון דער פּויליש־ייִדישער מאַמען „מיט מיטגעפֿיל, אָן שום בייזוויליקייט,‟ זאָגט זי.
„איך מאַך נישט חוזק פֿון די פֿרויען וואָס האָבן מיך אויפֿגעהאָדעוועט. פֿאַרקערט, איך לאַך פֿון זיך אַליין און דאָס העלפֿט מיר זיך פֿאַרמעסטן מיט די ווייטיקן פֿון מײַן לעבנס־געשיכטע. איצט אַז איך בין אַליין אַ מאַמע, וויל איך טאַקע ניט איבערזאָגן אַזוינע זאַכן צו מײַנע אייגענע קינדער ווײַל עס קאָן זיי וויי טאָן.‟ די סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן זענען דאָך געווען אַ סימן אַז בײַ דער מאַמען האָבן די קינדער זיך קיין מאָל ניט גענוג גוט אויפֿגעפֿירט, קיין מאָל ניט גענוג געגעסן אָדער געווען גענוג פֿאָרזיכטיק…
„די וויצן גיבן מיר אַ געלעגנהייט צו לאַכן אין איינעם מיט אַנדערע — יונגע און עלטערע, פֿרויען און מענער, וואָס מיר אַלע זענען דערצויגן געוואָרן, הערנדיק די זעלבע קאָמישע באַמערקונגען פֿון אונדזערע מאַמעס. ווען מיר לאַכן צוזאַמען, פֿאַרבינדט עס אונדז — די קינדער — נאָך מער צונויף.‟
מיכַל דערציילט, אַז אין 2013 האָט איר טאָכטער זי אויסגעלערנט ווי זיך צו באַנוצן מיט „פֿייסבוק‟ און זי האָט אָנגעהויבן רעגלמעסיק פֿאַרעפֿנטלעכן אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַט די אויסדרוקן וואָס איר מאַמע פֿלעגט ניצן. צו ביסלעך האָבן זיך אָנגעקליבן אַ סך אָנהענגער פֿון איר „פּויליש־ייִדישער מאַמען”. ס׳פּובליקום האָט אַפֿילו אונטערגעשטיצט איר פּראָיעקט צו שאַפֿן סחורה מיט די אויסדרוקן, דורך „העדסטאַרט”. ס׳איז איר געלונגען און זי האָט צונויפֿגעזאַמלט דרײַ מאָל אַזוי פֿיל געלט וויפֿל זי האָט געדאַרפֿט.
נאָך געציילטע מאָנאַטן האָט זי פֿאַרלאָזט איר פֿריִערדיקע אַרבעט, און אָנגעהויבן איר אייגן געשעפֿט. ס׳האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן. אין איינעם מיט ענגליש־רעדנדיקע חבֿרטעס האָט זי אויך גענומען זאַמלען אַ סך פֿון די אויסדרוקן אויף ענגליש און זיך מיט זיי באַנוצט פֿאַר נײַער סחורה.
הײַנט שיקן מענטשן איר כּסדר די קאָמישע פֿראַזעס און אויסדרוקן וואָס זיי האָבן געהערט פֿון זייערע אייגענע מאַמעס און באָבעס. דערווײַל האָט מיכל שוין געעפֿנט צוויי געוועלבן און האָט פֿינף אָנגעשטעלטע. מער ווי 40 געשעפֿטן אין לאַנד פֿאַרקויפֿן איר סחורה.
שפּאַצירנדיק איבערן געוועלב אין כּפֿר־סבא האָב איך גענומען פֿאַרשרײַבן די חנעוודיקע אויסדרוקן אויף דער סחורה. אויף אַ ראָגאָזשע בײַם שטוב־אַרײַנגאַנג שטייט: „איצט האָט איר זיך דערמאָנט צו קומען צו מיר?”. וועגן רייניקייט און אָרדענונג: „צען מינוט קאָן די שטוב ניט בלײַבן ריין?!” און „די שיקסע איז דאָך ערשט געווען דאָ‟.
און נאָך: „אויב כ׳וועל אין אַ געוויסן טאָג שטאַרבן — וועט איר שוין וויסן פֿאַר וואָס!”; „פֿאַר זיך אַליין דאַרף איך גאָרנישט”; „אַפֿילו קיין גלאָז וואַסער האָט מען מיר ניט געקענט געבן?”; „פֿאַר וואָס קומט מיר דאָס? וואָס האָב איך דיר דען געטאָן?”. „נישט געדאגהט, כ’וועל זיצן אַליין אין דער פֿינצטער…”
„פֿאַר וואָס איז עס קאָמיש?” — פֿרעגט מיכל. „כ׳ווייס ניט גענוי. מײַן השערה איז, אַז דאָס געלעכטער קומט פֿונעם מרחק וואָס עס שאַפֿט זיך צווישן דעם וואָס מ’דריקט אויס און די אמתע כּוונה וואָס ליגט הינטער דעם. מיר דערקענען זיך אין דעם הומאָר.”
ס׳איז טאַקע אינטערעסאַנט, אַז די ווערטלעך וואָס האָבן אַ מאָל געשטאַמט פֿון דער „ייִדישער מאַמען‟ איז הײַנט אין ישׂראל געוואָרן „פֿון דער פּויליש־אַשכּנזישער פֿרוי”. אין אַמעריקע ווערט אָט דער וויצן־רעפּערטואַר הײַנט אָנגעוואָנדן נישט אויף דער ייִדישער מאַמען נאָר אויף דער ייִדישער באָבען. ס’איז די זעלביקע יענטע נאָר אַנדערש געשלייערט. די צײַטן בײַטן זיך, דאַרף מען צופּאַסן די טעמע צו אַ נײַעם קאָנטעקסט, כּדי זיך צו פֿירן “פּאָליטיש קאָרעקט” און ניט (צופֿיל) באַליידיקן קיין שום טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.