מע זוכט עמעצן איבערצוזעצן Call it Sleep פֿון ענגליש אויף ייִדיש

Translator Sought to Produce Yiddish Edition of 'Call it Sleep'


פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published December 28, 2017, issue of October 27, 2017.

דער אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער הענרי ראָט, וואָס איז געבוירן געוואָרן אינעם גאַליציאַנער שטעטל טיסמעניץ און איז געקומען קיין אַמעריקע צו צוויי יאָר, איז הײַנט צום מערסטנס באַקאַנט פֿאַר זײַן ראָמאַן Call it Sleep, וואָס שילדערט די אָרעמקייט און ענגשאַפֿט פֿון דער אַמאָליקער „איסט־סײַד.‟

איין אינטערעסאַנטער קנייטש אינעם ראָמאַן איז דער אופֿן ווי אַזוי די העלדן רעדן. די קינדערלעך פֿונעם געגנט באַנוצן זיך מיט אַ צעבראָכענעם ענגליש בעת זייערע עלטערן רעדן גאַנץ פֿליסיק אויף אַ ליטעראַרישן ענגליש, וואָס דאַרף רעפּרעזענטירן זייער ייִדיש. אַזוי אַרום ווײַזט ראָט דעם שפּראַכיקן מצבֿ בײַ זײַן דור ייִדישע אימיגראַנטן — מע איז ערגעץ שטעקן געבליבן צווישן צוויי לשונות.

הײַנט וויל דער שרײַבער און היסטאָריקער בען פֿעלדמאַן גיין אויף צוריק און פֿאַרוואַנדלען ראָטס ראָמאַן אין אַ ליטעראַריש ווערק אויף ייִדיש. פֿעלדמאַן, אַ ברייטהאַרציקער שטיצער פֿונעם „ניו־ייִדיש־רעפּ‟, האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט די יורשים פֿון הענרי ראָט צו באַקומען די רעכט איבערצוזעצן Call it Sleep אויף מאַמע־לשון. איצט זוכט פֿעלדמאַן אַ מענטשן איבערצוזעצן דעם ראָמאַן. דעם איבערזעצער וואָלט מען, פֿאַרשטייט זיך, באַצאָלט פֿאַר דער אַרבעט — אַ באַשיידענעם אַוואַנס און דערנאָך אַ העלפֿט פֿון די רווחים נאָך די געלטער וואָס מע נעמט אַראָפּ פֿונעם אַוואַנס.

נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט בען פֿעלדמאַן דורך בליצפּאָסט:

feldman_benjamin@hotmail.com