אין די חרדישע און חסידישע קהילות איז מען זיך משער, אַז אַ זון פֿון אַ תּלמיד־חכם וועט אויך ווערן אַ תּלמיד־חכם, אַ רבישע טאָכטער וועט חתונה האָבן מיט אַ רבֿ אָדער אַ רביש אייניקל, און דאָס רבישע אייניקל וועט האָבן אַן אייגענע שיל. איז אָבער אַזאַ צוגאַנג באַרעכטיקט?
אין די פֿאָריקע פּרשיות האָבן מיר געלייענט וועגן דעם אומגעוויינטלעכן לעבן פֿון יוסף הצדיק. נאָכן פֿאַרקויפֿט ווערן ווי אַ שקלאַף אין מצרים, איז ער אײַנגעזעצט געוואָרן אין תּפֿיסה. אַ דאַנק עמעצנס חלום איז ער פֿון דאָרטן באַפֿרײַט געוואָרן און פּלוצעם געוואָרן דער שני־למלך, דער צווייט־וויכטיקסטער מענטש אין אַ גרויסער אימפּעריע. יוספֿס לעבן שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאַנצן היפּוך פֿון סטאַביליטעט. הגם ער איז געווען מסוגל צו זען נבֿיאיִשע חלומות און אָפּצוטײַטשן אויף אַ נבֿיאיִשן אופֿן די וויזיעס פֿון אַנדערע מענטשן, האָבן זײַנע נבֿואות אים צוגעפֿירט צום אומגעריכטן נע־ונד.
אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט ווי יעקבֿס משפּחה, אַ דאַנק יוספֿן, האָט זיך באַזעצט אין מצרים און געפֿירט דאָרטן אַ רויִק לעבן. זײַנע לעצטע 17 יאָר האָט יעקבֿ שטיל אָפּגעלעבט אין מצרים. פֿאַר זײַן פּטירה האָט ער צונויפֿגערופֿן די קינדער און געגעבן איטלעכן זון אַ באַזונדערע ברכה, וואָס איז מרמז אויף אַ געוויסער ספּעציפֿישער מעלה פֿון יעדן ייִדישן שבֿט. אין אַ סך ייִדישע משפּחות לייגט דער טאַטע אַרויף יעדן פֿרײַטיק פֿאַרן קידוש די הענט אויפֿן קאָפּ פֿון זײַנע קינדער, און בענטשט זיי מיט דער ברכת־הבנים, וואָס אַנטהאַלט יעקבֿס ווערטער: „ישׂימך אלקים כּאפֿרים וכמנשה‟ – זאָל דער אייבערשטער דיך מאַכן ווי אפֿרים און מנשה. יעקבֿס ברכות־ווערטער געפֿינען זיך אויך אין דער תּפֿילה „ויתּן לך‟, וואָס מע זאָגט נאָך הבֿדלה.
נישט געקוקט אויפֿן פּאָעטיש־נבֿיאיִשן נוסח פֿון יעקבֿס ברכות, באַקומט זיך אין זיי, בדרך־כּלל, אַ קלאָר בילד. יעקבֿ זאָגט פֿאָרויס, אַז פֿון יהודה וועלן קומען שופֿטים און מלכים; פֿון זבֿולון — ים־סוחרים, פֿון גד — סאָלדאַטן און פֿון אָשר — פֿעטע מאכלים. רש״י דערקלערן, אַז דאָס מיינט מאַסלינעס.
שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז נאָכן באַזעצן זיך אין מצרים האָבן ייִדן טאַקע אָנגעהויבן לעבן רויִק – אפֿשר אַפֿילו צו רויִק. דער אוראַלטער שטייגער לעבן, לויט וועלכן פֿאַרשיידענע שבֿטים אָדער פֿעלקער ווערן אַסאָציִיִרט מיט געוויסע מעלות און ספּעציפֿישע מלאָכות, קלינגט היפּש פֿאַרעלטערט אין דער מאָדערנער וועלט. עס טרעפֿן זיך, אַוודאי, געוויסע באַקאַנטע טענדענצן. צום בײַשפּיל, דער עולם גלייבט, אַז די איטאַליענער מאַכן גוטע שיך, די פֿראַנצויזן — גוטן ווײַן, און די איראַנער — שיינע טעפּעכער. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַמאָליקע שבֿט־אידענטיפֿיקאַציעס זענען אָבער אַזעלכע טענדענצן רעלאַטיוו און וואַקלדיק. אין פּרינציפּ, קאָן יעדער מענטש זיך אויסלערנען פֿון די איטאַליענער די חכמה פֿון שיך־דיזײַן און זיך פֿאַרנעמען דערמיט אין איטאַליע; פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן ס׳רובֿ איטאַליענער נישט קיין שײַכות צו שיך־געשעפֿטן. אַדרבה, בלויז ראַסיסטיש־געשטימטע מענטשן באַציִען זיך הײַנט צו ערנסט צו נאַציאָנאַלע סטערעאָטיפּן.
ווי געזאָגט, האָבן אַ סך מענטשן ליב סטאַביליטעט און רויִקייט. פֿון דעסט וועגן, וויל קיינער נישט לעבן אין אַ וועלט, וווּ יעדן שבֿט איז פֿאָרויסגעשריבן אַ געוויסער גורל און אַ געוויסע פֿאַך. עס באַקומט זיך, אַז ווען די געזעלשאַפֿט שטייט דור נאָך דור אויפֿן זעלבן אָרט, איז עס דווקא אומגעזונט. צום גליק, לעבן מיר שוין לאַנג נישט אין דער וועלט פֿון ייִדישע פֿאָלקס־מעשׂיות וועגן בייזע פּריצים און פֿאַרשקלאַפֿטע פּויערים.
אין דער זעלבער צײַט, איז בײַ די הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרשפּרייט די האַלב־שפּאַסיקע טענדענץ זיך צו באַטראַכטן דווקא ווי „דער שבֿט‟ (the Tribe). אין דער אמתן, איז אַזאַ אויסדרוק אַ צווייפֿלהאַפֿטיקער. הרבֿ שמשון־רפֿאל הירש, וועלכער האָט געלעבט אינעם 19טן יאָרהונדערט און אַ סך געטראַכט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן זיך אַרײַנפּאַסן אין דער מערבֿדיקער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט, האָט כּסדר באַטאָנט, אַז בלויז צוליב דעם לימוד־התּורה און קיום־המיצוות ווערט אַ ייִד אַן אויסדערוויילטער מענטש, באַזונדערס נאָענט צום רבונו־של־עולם.
דאָס באַטראַכטן זיך פֿון געבורט אָן ווי אַ מיטגליד פֿון אַ „ספּעציעלן שבֿט‟, זײַענדיק דערבײַ אָפּגעריסן סײַ פֿון דער טראַדיציאָנעלער תּורה־ייִדישקייט, סײַ פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, איז בעצם אַן אַסימילאַטאָרישער צוגאַנג. אויב מע קוקט ערנסט אויף ייִדן ווי אויף אַ שבֿט, מוז מען זיך דערמאָנען, אַז עכטע לעבעדיקע שבֿטים היטן דווקא אָפּ זייערע שפּראַכן און קולטור־אוצרות.
על־פּי קבלה, האָט יעקבֿ אָבֿינו מרמז געווען אויף פֿאַרשיידענע מינים נשמות אָדער פּסיכאָלאָגישע טיפּן. למשל, אַ „סאָלדאַטישע‟ נשמה האָט ליב דיסציפּלין און אָרדענונג, און אַ „סוחרישע‟ – אַווענטורעס און וואַנדערונגען. כאַריזמע און צניעות, רעפּרעזענטירט פֿון יהודה און יוסף, זענען אָפֿט היפּוכדיקע מידות. פֿון דעסט וועגן, קאָנען היפּוכדיקע עלעמענטן זיך צונויפֿשמעלצן בײַם זעלבן מענטש אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס. הגם יעקבֿ האָט אויסגענוצט אַ פֿאַרשטענדלעכן משל פֿון זײַן תּקופֿה מיט קאָנקרעטע שבֿטים, האָט ער געבענטשט זײַנע קומענדיקע דורות, זיי זאָלן אַנטוויקלען אין זיך כּלערליי מידות, צו קאָמבינירן אייגנאַרטיקייט מיט פֿאַרשיידנקייט.
אין די קומענדיקע פּרשיות וועלן מיר זען, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין מצרים איז נישט געבליבן רויִק. די ייִדישע שבֿטים זענען פֿאַרשקלאַפֿט געוואָרן, על־פּי נס אַנטלאָפֿן און געוואַנדערט 40 יאָר אינעם מידבר. ווען זיי זענען אָנגעקומען קיין ארץ־ישׂראל, איז זייער לעבן דאָרטן אויך נישט געבליבן שטיל. דער תּנ״ך איז פֿול מיט דערציילונגען וועגן קאָנפֿליקטן צווישן די שבֿטים און זייערע גײַסטיקע מפּלות. די גאַנצע שבֿטים־סיסטעם האָט זיך נישט געהאַלטן צו לאַנג און איז בטל געוואָרן, ווען סנחריבֿ, דער מלך פֿון אַשור, האָט זיי פֿאַרטריבן און בגוואַלד אויסגעמישט.
אַדרבה, זעען מיר כּסדר אין תּנ״ך, אַז ווען די וועלט ווערט צו פֿאַרגליווערט און אײַנגעאָרדנט, ווערט זי איבערגעקערט אויף קאַפּויער.
אינעם רוחניותדיקן זין בלײַבט יעקבֿס ברכה, אַזוי ווי אַלע ווערטער אין דער הייליקער תּורה, אייביק אַקטועל. אין יעדער משפּחה קאָן געבוירן ווערן אַ קינד, וואָס ווײַזט אַרויס אַ נטיה צו גדס מיליטאַנטישקייט און דיסציפּלין, אָדער צו זבֿולונס ליבשאַפֿט צום נע־ונד און פֿעיִקייט זיך געבן אַן עצה אין אומגעריכטע סיטואַציעס. אַ זון פֿון אַ רבֿ קאָן ווערן אַ קאָכער און אַ רביצינס טאָכטער — אַ קינסטלערין.
יעקבֿ האָט נישט געוואָלט, זײַנע קינדער זאָלן ווערן איין מאָנאָליטישער שבֿט. פּונקט פֿאַרקערט, האָט ער זיי געגעבן פֿאַרשיידענע, אַפֿילו היפּוכדיקע ברכות. הגם ס׳איז זיכער וויכטיק אָפּצושאַצן און אָפּצוהיטן די אַלטע מסורה, ווײַזט אויס, אַז דער שליסל צו אַ געזונטער געזעלשאַפֿט איז נישט דאָס מעכאַנישע איבערחרזן דעם זעלבן געדאַנקען־גאַנג און לעבנס־שטייגער, נאָר דווקא פּלוראַליזם און פֿאַרשיידנאַרטיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.