„טאָג־אײַן, טאָג־אויס‟ — אַזוי האָט שׂרגא פֿרידמאַן איבערגעזעצט אויף מאַמע־לשון דעם רעפֿרען פֿונעם באַרימטן ליד Sunrise, Sunset אינעם מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך.‟ כאָטש די פּיעסע, וואָס שילדערט די שוועריקייטן פֿון טבֿיה דער מילכיקער און זײַנע טעכטער, איז באמת קיינמאָל ניט געפֿעלן געוואָרן די קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז זי הײַנט אַזוי באַליבט בײַ די אַמעריקאַנער ייִדישע מאַסן, אַז מע קען עטלעכע פֿון אירע לידער ווי „לחיים‟ און „טראַדיציע‟ באַטראַכטן ווי אַ טייל פֿון דער סעקולערער אַמעריקאַנער ייִדישער מסורה.
דעם סצענאַר פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ האָט געשריבן דזשאָסעף שטײַן; דעם טעקסט פֿון די לידער — שעלדאָן האַרקין, און די מוזיק — דזשערי באָק. אַחוץ דער געוואַלדיקער פּאָפּולעריטעט פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אין אַמעריקע, איז די פּיעסע אויך געוואָרן זייער פּאָפּולער אין ישׂראל, לכתּחילה אויף העברעיִש און דערנאָך אויף ייִדיש. ביז לעצטנס איז די ייִדישע אַדאַפּטאַציע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ געווען באַקאַנט בלויז די ייִדיש־רעדנדיקע אָנהענגער פֿון דער פּאָפּולערער פּלאַטע דערפֿון און עטלעכע זינגער וואָס שטעלן פֿאָר אירע לידער אויף נאָסטאַלגישע קאָנצערטן.
דער מצבֿ וועט זיך באַלד ענדערן, ווײַל די „פֿאָלקסבינע‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט אַז זי וועט אויפֿפֿירן די פּיעסע אויף מאַמע־לשון. שעלדאָן האַרניק וועט דינען ווי אַ קאָנסולטאַנט פֿאַר דער נײַער אויפֿפֿירונג. דזשערי זאַקס, איינער פֿון די באַרימטסטע רעזשיסאָרן פֿון בראָדוויי־פּיעסעס און אַליין אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, וועט אויך דינען ווי אַ קאָנסולטאַנט.
קריסטאָפֿער מאַסימינע, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, האָט דערקלערט בײַם אַנאָנסירן די פֿאָרשטעלונג אויפֿן טעאַטערס יערלעכן „גאַלאַ‟־אָוונט, אַז די נײַע אויפֿפֿירונג וועט פֿאָרשטעלן וואָס ס׳וואָלט געשען, ווען שלום ראַבינאָוויטש וואָלט פֿאַר זײַן טויט אַליין געהאָלפֿן שאַפֿן דעם מיוזיקל. כּדי צו זען ווי אַזוי מע וועט פֿאָרשטעלן שלום־עליכם און טבֿיה צוזאַמען אויף איין בינע וועט מען דאַרפֿן וואַרטן אויף דער פּרעמיערע אין יולי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.