אונדזער ליבער קאָמיקער שמעון דזשיגאַן האָט בשעתּו געהאַט אַ מאָנאָלאָג „זײַט מיך נישט מקנא״, וווּ ער באַקלאָגט זיך, אַז דװקא זײַנע גוטע־פֿרײַנד פֿאַרגינען אים נישט זײַנע הצלחות מישטיינס געזאָגט. דאָ װעלן מיר האָבן צו טאָן מיט אַזוינע מענטשן װאָס טוען פֿאַרקערט — מיט אַלצדינג װאָס זיי האָבן װילן זיי זיך מיט דיר טיילן, צי דו װילסט יאָ צי נישט.
מיט יאָרן צוריק איז שוין אויסגעקומען צו שרײַבן װעגן אַ דעמאָלט נײַעם פֿענאָמען: מענטשן װאָס זיצן אין דער באַן און שרײַען אַרײַן אין דער מאָבילקע. דאָס איז אַ מכּה אַשר לא כּתובֿה בתּורה, אָבער צו דעם האָבן מיר זיך שוין לאַנג צוגעוויינט. (דאַנקען גאָט, װאָס אין די באַנען האָט מען אײַנגעפֿירט „שטילע״ װאַגאָנען, װוּ ס׳טאָר קיינער נישט פּלאַפּלען, מיט צי אָן אַ מאָבילקע…)
ייִדן זאָגן דאָך, אַז גאָט שיקט די רפֿואה פֿאַר דער מכּה, אָבער סע זענען דאָ אַנדערע מכּות װאָס ביז אַהער איז נישטאָ קיין רפֿואה. איינע פֿון די ערגסטע איז די ברייטהאַרציקייט. רעדסט דורך דער מאָבילקע, מוזן אַלע אַרום זיך באַטייליקן אינעם שמועס. הערסט מוזיק פֿונעם סטערעאָ — צי אין דער היים צי אין אויטאָ — מוזן אַלע אַרומיקע אויך נהנה זײַן. דאָס ערגסטע זענען אפֿשר די, װאָס זענען אַזוי זיכער מיט זייערע מיינונגען, אַז דו מוזסט זיי אַלע מאָל אויסהערן.
אָט האָבן מיר עטלעכע באַקאַנטע, וואָס זענען זייער ברייטהאַרציק מיט עצות. פֿרעגסטו אַן עצה, גיבן זיי דיר צען; פֿרעגסטו נישט קיין עצה, גיבן זיי דיר פֿופֿצן… יעדער אומשולדיקער שמועס איז בײַ זיי נישט קיין אופֿן דערוויסן זיך וואָס בײַ דיר הערט זיך צי אַפֿילו דערציילן וואָס בײַ זיי, נאָר צו לאָזן הערן זייערע מיינונגען הויך און, דאַכט זיך, אָן אַ סוף.
למשל: אַנומלט האָב איך באַגעגנט אַ שכן און סתּם אין דער וועלט אַרײַן אים דערציילט, אַז מיר געפֿעלט זייער מײַן נײַער „אײַפֿאָן‟. האָב איך זיך געריכט, אַז ער וועט זאָגן, אַז ער פֿרייט זיך דאָס צו הערן אָדער אַז אים געפֿעלט אויך זײַן מאָבילקע. חלילה! ער האָט זיך צערעדט — און אַז אַזעלכער צערעדט זיך, איז חיות נישט זיכער — האָב איך געמוזט אויסהערן אַ לאַנגע דרשה וועגן דעם, אַז „עפּל“־פּראָדוקטן בכּלל און דער „אײַפֿאָן“ בפֿרט טויגן אויפֿן פֿײַער, אַז יעדער מענטש מיט שׂכל קויפֿט שוין נישט בײַ „עפּל‟, אַז זי רעכנט צו טײַער, אַז פֿאַרן זעלבן געלט קען מען קריגן בעסערס בײַ וואָסער נישט איז אַנדער פֿירמע.
האָב איך זיך דערמאָנט אין שלום־עליכמס „טעפּל“, וווּ אַ ייִדענע גייט צום רבֿ מיט אַ שאלה און רעדט אַזוי לאַנג ביז דער רבֿ חלשט נעבעך אַוועק נאָך איידער ער באַווײַזט אַרײַנוואַרפֿן אַ וואָרט. בשעתן לייענען פֿילט מען, אַז יעדעס מאָל וואָס די ייִדענע ענדיקט אַ זאַץ אָטעמט אײַן דער רבֿ, גרייט עפּעס צו זאָגן, נאָר זי פֿאָרט ווײַטער אַזוי גיך, אַז ער מוז ווײַטער שווײַגן.
וואָס טוט מען מיט אַזאַ מענטש? חלשן האָט זיך מיר נישט געוואָלט; ענטפֿערן, אַז כ׳בין מיט אים מסכּים וואָלט געווען אַ ליגן; זאָגן, אַז כ׳בין נישט מסכּים הייסט, אַז ער וועט מיך האַלטן פֿאַר אַ נאַר. וואָלט שלום־עליכם ווידער געקענט צו הילף קומען:
אין זײַן „בערל אײַזיק“, וועגן אַ כּתרילעווקער ייִד וואָס האָט ליב צו דערציילן מעשׂיות וואָס נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן, רעדט זיך וועגן דעם ווי אַזוי אַ כּתרילעווקער איז פּאַסכע געגאַנגען איז גאַס און באַגעגנט אַ קריסט, וואָס האָט אים באַגריסט ווי בײַ זיי פֿירט זיך: „קריסטוס איז לעבעדיק געוואָרן!“ וואָס זאָל טאָן דער ייִד? וועט ער ענטפֿערן יאָ, ווייסט ער, אַז ס׳איז קעגן אונדזער גלויבן; וועט ער ענטפֿערן ניין, קען ער כאַפּן אַ מיאוסן פּסק. ענטפֿערט ער: „כ׳האָב עס שוין געהערט פֿון בערל־אײַזיק…“ הלוואַי וואָלט איך זיך בײַם הײַנטיקן טאָג געקענט פֿאַררופֿן אויף אַן אייגענעם בערל־אײַזיק.
נאָכן אויסהערן די גאַנצע מגילה ענדיקט מײַן שכן מיט אַ באַוואָרעניש: „פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז בלויז מײַן באַשיידענע מיינונג. כ׳בין דאָך נישט קיין עקספּערט, נאָר בלויז אַ הדיוט“. אַזוי?! דרייסט מיר אַ קאָפּ, פֿאַרטראָגסט נישט קיין אַנדער מיינונג און איצט ביסטו גאָר אַן ענוו?! ווען ער קען ייִדיש, וואָלט איך זיך אפֿשר אָפּגערופֿן: ביסט נישט אַזוי גרויס ווי דו מאַכסט זיך קליין… נאָר אַז דער ייִד (יאָ, טאַקע אַ ייִד) קען נישט קיין ייִדיש און וויל דערפֿון נישט הערן, און אַז איך מיט מײַן משפּחה ווילן מיר מיט זײַן משפּחה זײַן אין גוטע באַציִונגען, מוז איך אָפּווישן ס׳מויל און מאַכן אַ שווײַג.
דער מוסר־השׂכּל: ברייטהאַרציקייט איז נישט קיין גוטע מידה, נאָר פֿאַרקערט — ס׳איז אַ פּלאָג, וואָס אַז מע באַגעגנט זי דאַרף מען אַנטלױפֿן אַהין װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.