זייער אָפֿט באַשרײַבן די אַמעריקאַנער צײַטונגען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַלן פֿון פּאַראַנאָרמאַלע געשעענישן; דאָס הייסט, פֿאָרקומעענישן וואָס מע קען ניט פֿאַרשטיין לויטן הײַנטיקן וויסן. געוויינטלעך גייט אַ רייד וועגן מענטשן וואָס מיינען אַז עס לויערט בײַ זיי אין הויז אַ שד; וואָס האָבן געזען אַן אומאידענטיפֿיצירטן פֿליִענדיקן אָביעקט (UFO), אָדער באַקומען אַ „סיגנאַל‟ פֿון אַ קרובֿ, וואָס איז שוין לאַנג אויף יענער וועלט. זעלטן ווען טרעפֿט אַז דער הויפּטפֿאָקוס פֿון אַזאַ באַריכט זאָל זײַן אַ ייִדיש וואָרט.
פּונקט אַזוי איז לעצטנס געשען אין פֿיניקס, אַריזאָנע, ווען רודי קאַלדעראָן האָט דערזען אין זײַן וואַשצימער אַן אויפֿשריפֿט, וואָס ער האָט ניט געקענט איבערלייענען. ווי ער האָט דערקלערט אין אַ „פֿייסבוק‟־פּאָסט בעטנדיק נאָך הילף און עצות, האָט דאָס פֿרעמדע וואָרט זיך באַוויזן אויף דער וואַנט נאָך דעם וואָס די משפּחה האָט עטלעכע וואָכן געליטן פֿון מאָדנע פֿאָרקומענישן בײַ זיי אין הויז. קודם איז נעלם געוואָרן אַ „סאַנטאַ־קלאַוס‟־פֿיגורקע. אין גיכן האָבן אַנדערע אָביעקטן אָנגעהויבן צו פֿאַרשווינדן. ווען די משפּחה איז אַרויסגעגאַנגען אײַנקויפֿן האָבן זיך געעפֿנט אַלע שופֿאָלדן אין קיך, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס קיינער איז ניט געווען אין שטוב און מע האָט געהאַט פֿעסט פֿאַרשלאָסן אַלע טירן. די משפּחה האָט ניט געוווּסט וואָס צו טראַכטן, כאָטש רודי קאַלדעראָן האָט געהאַלטן, אַז אפֿשר טוט עמעצער די משפּחה אָפּ אַ בייזוויליקן שפּיצל.
אַ פּאָר טעג נאָכן אינצידענט מיט די שופֿלאָדן אין קיך זענען ביידע וואַשצימערן מיט אַ מאָל פֿאַרפֿלייצט געוואָרן. באַלד דערנאָך האָט רודי קאַלדעראָן אַנטדעקט דעם מאָדנעם אויפֿשריפֿט אויף דער וואַנט, וואָס עמעצער (צי גאָר עפּעס) האָט אָנגעשריבן מיט קויל. נאָכן שטעלן אַ ווידעאָ דערפֿון אויף „פֿייסבוק‟ האָט עמעצער זיך געכאַפּט, אַז דאָס וואָרט איז טאַקע אַ ייִדישס: „געפֿאַר.‟ צוליב דעם וואָס קיינער אין דער שטאַרק־רעליגיעזער קריסטליכער משפּחה קען ניט דעם אלף־בית, שוין אָפּגערעדט פֿון דער ייִדישער שפּראַך, האַלט קאַלדעראָן, אַז עס גייט די רייד וועגן עפּעס אַן איבערנאַטירלעכן כּוח, וואָס לויערט בײַ אים אין הויז. ער זוכט אַ גלח ריינצוּוואַשן די וואַנט מיט הייליקן וואַסער.
אין אַן אינטערוויו מיט דער וועבזײַט Azcentral האָט ד׳׳ר דײַאַנע גאָלדשטיין, אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון פֿאָלקלאָר בײַם „אינדיאַנער אוניווערסיטעט‟ וואָס פֿאָרשט אויס דעם אופֿן ווי אַזוי די אַמעריקאַנער באַטראַכטן כּלומרשט־פּאַראַנאָרמאַלע אינצידענטן, באַשטעטיקט, אַז אַזעלכע זאַכן קומען פֿאָר זייער אָפֿט. זי האָט איבערגעגעבן אַז לויט איר דערפֿאַרונג איז דאָס דווקא דער ערשטער אינצידענט, אין וועלכן מע האָט געפֿונען אַ וואָרט באַשמירט אויף אַ וואַנט אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.