קלעזמער־פֿעסטיוואַל אין ניו־מעקסיקע

Klezmer Festival in New Mexico


פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published January 04, 2018.

צום 16טן מאָל וועט פֿאָרקומען דער יערלעכער אַלבאַקערקיער קלעזמער־פֿעסטיוואַל KlezmerQuerque, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט דורך דער אָרטיקער שיל „נחלת־שלום‟, צוזאַמען מיט דער שילס קלעזמער־קאַפּעליע און טאַנץ־טרופּע „ריקוד‟. צוזאַמען מיט אַ ריי אָרטיקע קלעזמער־קאַפּעליעס, וואָס וועלן אויפֿטרעטן במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל, וועלן אויך קומען דרײַ חשובֿע געסט — הענעך סאַפּאָזשניק, מאַרגאָ לעוורעט און אַוויאַ מאָר — אָנצופֿירן מיט וואַרשטאַטן און פֿאַרווײַלן דעם עולם.

צווישן די הויפּט־אַקטיוויטעטן וועט מען מאַכן אַ „טאַנץ־שׂימחה‟, בראָש מיט הענעך סאַפּאָזשניק און מאָרגאָ לעוורעט, וואָס וועלן שפּילן בעת אַוויאַ מאָר ווײַזט דעם עולם ווי אַזוי צו טאַנצן אויפֿן טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער. דערצו וועט מאַרגאָ לעוורעט אָנפֿירן מיט אַן אַוואַנסירטן וואַרשטאַט פֿאַר די וואָס שפּילן בלאָז־אינסטרומענטן און אַוויאַ מאָר וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט פֿאַר טענצער. הענעך סאַפּאָזשניק וועט האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן ראַדיאָ במשך פֿון די יאָרן 1915־1955 און וועט אויך אינטערוויויִרט ווערן פֿאַר אַן עולם וועגן דעם ווידער־אויפֿלעב פֿון דער קלעזמער־מוזיק.

דער פֿעסטיוואַל וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק, דעם 16טן פֿעברואַר, ביז זונטיק, דעם 18טן פֿעברואַר. נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פֿעסטיוואַל באַזוכט: https://www.nahalatshalom.org/klezmerquerque2018.

די שיל „נחלת־שלום‟ געהערט צו דער ייִדישער „באַנײַונג‟־באַוועגונג, וואָס שטיצט אַ פֿאַרגרעסערטע ראָלע פֿאַר מוזיק בײַם דאַוונען. אַחוץ איר יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון קלעזמער־מוזיק פֿירט די שיל אויך אָן מיט אַ פֿעסטיוואַל פֿון ספֿרדישער מוזיק. דערצו פֿירט די שיל איין מאָל אַ חודש אָן מיט אַ ספּעציעלער קבלת־שבת־צערעמאָניע פֿאַר די אָפּשטאַמיקע פֿון די אַנוסים, וואָס קומט פֿאָר צום טייל אויף שפּאַניש און דזשודעזמע.