לעצטנס האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ זיך פֿאַרנומען מיט אַ גאַנצער סעריע ייִדישע ענינים. דעם 7טן דעצעמבער האָט ער אָרגאַניזירט אַ חנוכּה־שׂימחה אינעם „ווײַסן הויז‟ מיט הרבֿ מאיר סאָלאָווייטשיק; זײַנע ייִדישע אייניקלעך האָבן אָנגעצונדן די ליכט. בעת דער אונטערנעמונג איז געוואָרן קלאָר, אַז די שׂימחה איז דירעקט פֿאַרבונדן מיט טראָפּמס דערקלערן מיט אַ טאָג פֿריִער, אַז ער אָנערקענט ירושלים ווי די הויפּטשטאָט פֿון מדינת־ישׂראל.
דעם 20סטן דעצעמבער האָט טראָמפּ פּלוצעם געפּסקנט אַרויסצולאָזן פֿון תּפֿיסה דעם באַקאַנטן ליובאַוויטשער געשעפֿטסמאַן שלום־מרדכי רובאַשקין, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן אין 2010 צו 27 יאָר טורמע. די ליובאַוויטשער חסידים אַרום דער וועלט האָבן אָרגאַניזירט גרויסע שׂימחות און באַדאַנקט דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט פֿאַר זײַן פּדיון־שבֿויים. ס׳איז געווען טראָמפּס ערשטער באַשלוס אַרויסצולאָזן אַן אַרעסטאַנט זינט ער איז געקומען צו דער מאַכט.
דעם זעלבן טאָג, ווען טראָמפּ האָט באַפֿוילן צו באַפֿרײַען דעם ליובאַוויטשער געשעפֿטסמאַן, האָט ער געוואָרנט, אַז טאָמער װעלן געוויסע לענדער נישט מסכּים זײַן מיט זײַן מיינונג וועגן ירושלים, וועלן זיי מער נישט באַקומען די שטיצע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די „יו־ען‟ האָט צונויפֿגערופֿן אַ ספּעציעלע סעסיע פֿון דער גענעראַל־אַסאַמבלעע און אָפּגעשטימט כּאחד קעגן טראָמפּ. אַחוץ די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מדינת־ישׂראל, האָבן בלויז 7 ווייניק באַקאַנטע לענדערלעך געשטיצט דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט; דרײַ פֿון זיי זענען פֿאַקטיש פּיצעלע אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזעס. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער האָבן מסתּמא קיינמאָל נישט געהערט פֿון אַזעלכע מקומות, ווי פּאַלאַו און נאַורו.
ווײַט נישט אַלע ייִדן האָט טראָמפּס באַשלוס באַפֿרידיקט. אַ גאַנצע ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און גרופּעס, אַרײַנגערעכנט מעקסיקאַנער ציוניסטן, האָבן אים קריטיקירט אָדער בפֿירוש פֿאַרדאַמט. סאָלאָווייטשיק, באַקאַנט ווי אַ מין פֿאַרמיטלער צווישן חב״ד און מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, האָט באַטאָנט, אַז „אַלע ייִדן פֿרייען זיך אַוודאי מיט טראָמפּ‟. טאַקע אַלע? הרבֿ אַהרן טייטלבוים, אַן אָנגעזעענער מנהיג פֿון די סאַטמאַרער חסידים, האָט באַטאָנט דעם 11טן דעצעמבער, אַז זײַן קהילה וועט בשום־אופֿן נישט אָנערקענען ירושלים ווי די הויפּשטאָט פֿון דער ציוניסטישער מלוכה. קיין חידוש איז עס נישט, ווײַל די סאַטמאַרער זענען קענגער פֿון ציוניזם, אָבער זיי שטעלן מיט זיך דאָך פֿאָר אַ מעכטיקן שיכט צווישן די ניו־יאָרקער ייִדן – אַ סך גרעסער, ווי די רעלאַטיוו־קליינע ליובאַוויטשער קהילה. אין דער אמתן, האָט טראָמפּס באַשלוס אַרויסגערופֿן אַ בפֿירושן פּראָטעסט בײַ ייִדן – פֿון גאָר פֿרומע ביז ליבעראַל־וועלטלעכע.
אַזוי צי אַזוי, האָט דאָס מענטשלעכע בלוט זיך שוין פֿאַרגאָסן; צום ווייניקסטן 14 פּאַלעסטינער זענען אומגעקומען און הונדערטער פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין אַנטי־אַמעריקאַנער פּראָטעסטן. אַרום דער וועלט זענען פֿאָרגעקומען ריזיקע פּראָ־פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַציעס, אין אַ טייל פֿאַלן ־ באַגלייט מיט שלאָגערײַ, פֿײַער־פֿלעשער און אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן.
די הויפּטשטאָט איז, אין לעצטן סך־הכּל, בלויז אַ סימבאָלישער צענטער פֿון אַ לאַנד. פּונקט װי ניו־יאָרק – נישט ווּאַשינגטאָן – איז די גרעסטע שטאָט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, די שטאָט וווּ עס געפֿינט זיך דער שטאַב פֿון די „יו־ען‟ און די מעכטיקסטע צענטערס פֿון וועלט־עקאָנאָמיע, אַזוי איז אױך אין ישׂראל: כּמעט אַלע אַמבאַסאַדעס אין מדינת־ישׂראל געפֿינען זיך אין דער שיינער, גרויסער, מאָדערנער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ. די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע וועט, מסתּמא, זיך פֿון דאָרטן למעשׂה אויך נישט רירן.
בעת דער אַזוי־גערופֿענער חנוכּה־שׂימחה – האָט טראָמפּ אָנגעהויבן זײַן רעדע מיט דער טעמע ירושלים און האָט זיך באַרימט מיט זײַן ייִדישן צד פֿון דער משפּחה; ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט טראָמפּס טאָכטער זיך מגייר געווען און דאַוונט אָפֿט מיט איר מאַן אין אַ ליובאַוויטשער שיל.
באַקומט זיך, אַז די אונטערנעמונג האָט אויסגעזען ווי אַ משפּחה־שׂימחה מיט אַ בפֿירוש רעכטן אידעאָלאָגישן טעם. טראָמפּ האָט בכלל נישט פֿאַרבעטן קיין ייִדישע דעמאָקראַטן צו דעם.
און איצט – די געשיכטע מיט רובאַשקין. הגם די קריטיקער האָבן יאָרן־לאַנג געטענהט, אַז דאָס פֿאַרמישפּטן אים צו אַזוי פֿיל יאָרן טורמע איז אַ צו האַרבע שטראָף, איז דער דאָזיקער געשעפֿטסמאַן געזעסן פֿאַרן שאַפֿן אַ גרויס־מאַסשטאַביקער שווינדלערײַ־סכעמע. זאָל ער זיך אומקערן אַהיים, געזונטערהייט, אָבער די ליובאַוויטשער מאַסן־טענץ לכּבֿוד אַזאַ פּערסאָנאַזש שמעקט מיט צבֿיעות און חילול־השם.
פֿאַרוואָס האָט טראָמפּ פּלוצעם אַרויסגעוויזן אַזאַ אַהבֿת־ישׂראל? ס׳איז שווער צו גלייבן, אַז זײַן טאָכטער און איידעם, פֿעסט פֿאַרבונדן מיט חב״ד, האָבן זיך נישט פֿאַרמישט אינעם ענין.
אין רוסלאַנד גרייט מען זיך איצט צו די פּרעזידענט־וואַלן. דערפֿאַר ווערן אין דער פּרעסע דערמאָנט די דאָזיקע צוויי פֿירער כּסדר צוזאַמען, צומאָל טאַקע אין שײַכות מיט ייִדן. אין דער אמתן, קלינגט דער פֿאַרגלײַך צווישן די צוויי פּאָליטישע פֿיגורן גאַנץ מאָדנע צוליב אַ פּשוטער סיבה: פּוטין פֿירט זיך, ווען עס קומט צו פּערזענלעכע השפּעות, ווי אַ גאַנצער היפּוך פֿון טראָמפּ. זײַענדיק אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פּאָליטיקער מיט אַ לאַנגער קאַריערע אין די זיכערהייט־כּוחות, האַלט פּוטין אָן פֿאַרבינדונגען מיט פֿאַרשיידענע סאָרטן מענטשן, אַרײַנגערעכנט צווייפֿלהאַפֿטיקע ייִדישע גבֿירים, וואָס האָבן אַ שײַכות צו חב״ד. גיי אָבער פֿאַרשטיי זײַנע כּוונות… מיט זײַן פֿרוי האָט ער זיך שטילערהייט געגט; זײַנע צוויי טעכטער לעבן שטרענג בסוד; ווען מע איז חושד פּוטינען אין קאָרופּציע, מאַכט ער זיך נישט וויסנדיק, בלויז געבנדיק צומאָל אַ שמייכל. די װײלער דענערווירט דווקא זײַן מיסטעריעזע אָפּגעשלאָסנקייט.
להיפּוך, פֿירט זיך טראָמפּ כּסדר ווי אַ שוישפּילער פֿון אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם וועגן אַ משפּחה־געשעפֿט. ווען אַפֿילו ס׳איז נישטאָ קיין ערנסטע סיבות חושד צו זײַן דעם פּרעזידענט אין נעפּאָטיסטישע טענדענצן, באַקומט זיך בײַ אים אַזאַ בילד. און וואָס שייך דער סתּירותדיקער סענסיטיווער פֿראַגע פֿון ירושלים, ווילט זיך האָפֿן, אַז דאָס שײַכות פֿון רעכטע און טענדענציעזע ליובאַוויטשער צום דאָזיקן ענין איז בלויז אַן אומאָנגענעמע אילוזיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.