אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען וועגן משה רבינוס שליחות. דאָס געטלעכע קול האָט אים געהייסן, אַז ווען ער קומט צו זײַן פֿאָלק, זאָל ער איבערגעבן אַז דער אייבערשטער וועלכער האָט אים געשיקט רופֿט זיך אַליין „אהי״ה אַשר אהי״ה‟ — „איך בין, וואָס איך בין‟.
אין אונדזער פּרשה ווערט דערציילט, אַז ווען משה און אַהרן זענען געקומען צו פּרעה, האָבן די צוויי ברידער געוויזן אַ נס; אַהרן האָט געוואָרפֿן זײַן שטעקן אויף דער ערד, און ער האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ שלאַנג. פּרעהס חכמים האָבן נאָכגעמאַכט די זעלבע קונץ מיט דער הילף פֿון זייערע כּישוף־כּוחות, אָבער אַהרנס שלאַנג האָט אויפֿגעגעסן די מיצרישע שלאַנגען און זיך פֿאַרוואַנדלט צוריק אין אַ שטעקן.
דער מיצרישער מלך האָט זיך נישט צוגעהערט צו די ייִדישע נבֿיאים, דערפֿאַר האָט דער אייבערשטער אָנגעהויבן אָנשיקן משונהדיקע מכּות אויף זײַן לאַנד. די ערשטע מכּה איז געווען „דם‟ — בלוט. אַהרן האָט אַ מאַך געגעבן מיט זײַן שטעקן, און דאָס גאַנצע וואַסער אין מצרים האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין בלוט.
די חז״ל באַטאָנען, אַז בלויז די שׂונאים פֿון ייִדן זענען באַשטראָפֿט געוואָרן בעת דער מכּת־דם; ווען אַ ייִד האָט געטרונקען פֿונעם זעלבן טײַך, איז דאָס וואַסער געבליבן נאָרמאַל.
דער חילוק צווישן די ווערטער „דם‟ און „אָדם‟ איז בלויז איין אות — „אַלף‟, וואָס רעפּרעזענטירט בגימטריא די צאָל איינס און איז מרמז אויף דעם באַשעפֿער, ווי אויך אויפֿן געטלעכן שורש פֿון דער מענטשלעכער נשמה. ווען דאָס נשמה־ליכט בלײַבט באַהאַלטן, בלײַבט דער מענטש בלויז אַ שטיק פֿלייש און בלוט.
אין פּרינציפּ, האָט פּרעה געגלייבט אינעם אייבערשטן, ווי עס באַטאָנען די מפֿרשים. זײַן אמונה איז אָבער געבליבן פֿאַרפֿינצטערט, צעריסן צווישן היפּוכדיקע מחשבֿות און באַגערן. הגם זײַן לאַנד האָט געליטן פֿון אויסטערלישע מכּות, האָט ער זיך אײַנגעעקשנט און נישט געוואָלט זיך צוהערן צו משה רבינו. זײַענדיק דער קיניג פֿון אַ וועלט־אימפּעריע, איז ער אָבער געווען גאָר אַ שלעכטער מנהיג.
דער בעל־שם־טובֿ האָט באַטאָנט, אַז די ווערטער „העורף‟ (דער נאַקן) און „פּרעה‟ באַשטייען פֿון די זעלביקע אותיות. אין דער תּורה ווערט ייִדן אויך באַצייכנט ווי „קשי־עורף‟ — עקשנים. ווען די דאָזיקע מידה ווערט באַנוצט לשם־שמים, איז עס אָבער דווקא גוט. אַדרבה, כּדי איבערצוצײַגן פּרעה צו באַפֿרײַען די ייִדן, האָט משה געמוזט אויך אַרויסווײַזן אַ שטאַרק עקשנות. להיפּוך צום מיצרישן פֿירער, איז אָבער משהס עקשנות נישט געקומען אין סתּירה מיט די אַנדערע מידות און חשבונות; דער געטלעכער „אַלף‟ האָט באַלויכטן זײַן נשמה און פֿאַראייניקט אַלע אינערלעכע כּוחות.
די געשעענישן אין אונדזער פּרשה ווײַזן אַ ריי וויכטיקע חילוקים צווישן אַן עכטן און אַ פֿאַלשן מנהיג. ווי דער דערמאָנטער אות „אַלף‟, קאָנען די דאָזיקע חילוקים אויסזען קליין, אָבער זיי בלײַבן גאָר פּרינציפּיעל. ווי געזאָזט, איז עקשנות צומאָל גוט, אָבער אַן עכטער ירא־שמים דערוועגט זיך נישט צו שילדערן דעם רבונו־של־עולם מיט געוויינטלעכע מענטשלעכע עפּיטעטן. משה רבינו האָט מיט גרויס עקשנות דווקא אויסגעמיטן איבעריקע רייד; מיט זײַן לעבן האָט ער אָבער פּראַקטיש געוויזן דעם געטלעכן אַחדות־השם.
אַ מלמד אין אַ חדר, וואָס באַשרײַבט דעם באַשעפֿער כּסדר ווי אַ שטרענגן „פּאָליציאַנט‟ אָדער אַפֿילו „אַ טאַטן, וואָס האָט ליב אַלע ייִדן‟ איז אַ שוואַכער לערער. אַוודאי, דאַרף מען רעדן מיט קליינע קינדער אויף אַ פּשוטער שפּראַך, אָבער מע מוז זיי אויך צו ביסלעך דערקלערן, אַז דער אייבערשטער איז העכער פֿון אַלע באַגריפֿן.
נישט איין מאָל האָב איך געהערט פֿון יונגע חסידים די טענה, אַז דער רבי אינעם חדר, ווען זיי זענען געווען קינדער, האָט געשילדערט דעם רבונו־של־עולם ווי, חלילה, אַ „מאָנסטער‟, וואָס האַלט אין איין פּײַניקן נישט בלויז פֿאַר ערנסטע עבֿירות, נאָר אַפֿילו פֿאַרן נישט אָפּהיטן די אָרטיקע קהילה־מינהגים אויפֿן שטרענגסטן אופֿן. ווען דער מלמד גיט דערצו פּעטש, כּדי צו אילוסטרירן אַ קאָנקרעטן פֿיזישן עונש, באַקומט זיך אַ באַזונדערס קרומער און פּסיכאָלאָגיש טראַוומאַטישער מין חינוך.
די צווייטע דעה, מיטן טראָפּ אויפֿן „ליבנדיקן טאַטן‟, קלינגט זיכער שענער, אָבער קאָן אויך זײַן לעכערלעך. די אָנגעהעריקייט צום אויסדערוויילטן און באַזונדערס באַליבטן ייִדישן פֿאָלק קאָן ווערן אַן „אינדולגענץ‟ צו טאָן וואָס מע וויל און נישט נעמען די אַרומיקע וועלט אין באַטראַכט. אויב דער אייבערשטער האָט אויסגעקליבן דווקא ייִדן מקבל צו זײַן די הייליקע תּורה, מיינט עס נישט, אַז די אַנדערע מענטשן האָט ער נישט ליב.
צום באַדויערן, טרעפֿן זיך ביידע צווייפֿלהאַפֿטיקע דעות אָפֿט אין די הײַנטיקע חרדישע קינדער־ביכלעך דווקא אין שײַכות צו די מכּות־מצרים. פֿון איין זײַט, ווײַזן די מכּות ווי אַזוי דער באַשעפֿער באַשטראָפֿט די עובֿרי־עבֿירה; פֿון דער צווייטער — האָט ער אָנגעשיקט די שרעקלעכע עונשים אויף די גויים, ווײַל ער האָט זײַן פֿאָלק שטאַרק ליב.
ווען משה האָט זיך געווענדט צו ייִדן, האָט ער זיי איבערגעגעבן, אַז פֿאַרן באַשעפֿער טויגן נישט קיין באַגרענעצטע מענטשלעכע באַגריפֿן: ער איז, וואָס ער איז. אַזאַ רייד איז דווקא אַ סימן פֿון אַ גוטן מנהיג. יעדער מענטש זאָל שטרעבן צו טאָן, וואָס דער באַשעפֿער פֿאָדערט פּערזענלעך בײַ אים; צוליב דעם זענען אָנגעשריבן געוואָרן אומצאָליקע חסידישע און קבלה־ספֿרים. אַן אמתער צדיק און חכם ווייסט אָבער, אַז „תּכלית הידיעה שלא נדע‟ — וואָס מער מיר טראַכטן וועגן רוחניות, אַלץ קלאָרער פֿאַרשטייען מיר, אַז מיר הייבן נישט אָן צו וויסן, וואָס דער אייבערשטער איז און ווי אַזוי ער באַציט זיך צו דעם אָדער יענעם יחיד.
משה רבינו איז געקומען צו די פֿאַרשקלאַפֿטע ייִדן און געמאָלדן, אַז ער איז בלויז אַ באַשיידענער שליח פֿונעם גרויסן אומבאַגרײַפֿלעכן באַשעפֿער. להיפּוך, האָט פּרעה געגלייבט, אַז ער ווייסט יאָ דעם אייבערשטנס אמתע כּוונות. בײַם סוף, ווי מיר זעען אין דער תּורה, זענען זײַנע טעאָריעס דורכגעפֿאַלן. אַ גוטער מנהיג טוט אויף קאָנקרעטע פּעולות פֿאַר זײַן פֿאָלק אַנשטאָט צו צווינגען און דערצו פֿאָרצושרײַבן דעם רבונו־של־עולם אַליין וואָס צו טאָן.
ווען עס קומט צו די קהילה־ענינים, מוז אַ גוטער מנהיג אויך וויסן און קאָנען ווײַזן, אַז די גרענעץ צווישן דעם „שטעקן‟ פֿון געראָטענער פֿירערשאַפֿט און דעם „שלאַנג‟ פֿון פֿאַרקרומטע דרכים אין נישט אַלעמאָל קלאָר. למשל, שטרענגע קהילה־תּקנות קאָנען אויסזען ווי אַ נוצלעכער „שטעקן‟, וואָס ברענגט סדר און דיסציפּלין, אָבער שטויסט אָפּ שרעקט אָפּ דעם ציבור. עס טרעפֿט אויך פֿאַרקערט: אַ הפֿקר־עלעמענט קאָן אַ באַגאַבטער מנהיג פֿאַרוואַנדלען אין אַ מיטל פֿאַר עבֿודת־השם — און אַזוי ווערט די „שלאַנגישע‟ דינאַמישקייט אַ פֿעסטער „שטעקן‟, וואָס העלפֿט דעם ציבור זיך אָנהאַלטן און ווײַטער וואַקסן.
אַוודאי, קאָן אַ פֿאַרקרומטער טוער אויך זאָגן, אַז ער איז מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען מעלות אין חסרונות און חסרונות אין מעלות, און אַז ער ווייסט אַפֿילו די פֿאַרבאָרגענע כּוונות פֿונעם אייבערשטן. משה רבינו און אַהרן הכּהן האָבן געוויזן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַלשע קונצן איז זייער דרך דווקא אַן אמתער און צוציִעוודיקער. אַן עכטער צדיק באַרימט זיך נישט, אַז ער ווייסט טיפֿע געטלעכע סודות, אָבער מיט זײַנע קאָנקרעטע מעשׂים ווײַזט ער, אַז אין זײַן „שטעקן‟ שטעקט אַ לעבעדיקער, דינאַמישער דרך אין עבֿודת־השם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.