יאַנואַר 1945 — טשענסטעכעווער געטאָ. אַ פּוילישער ייִד זוכט אַן אָרט וווּ ער קען זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די דײַטשן, וואָס ליקווידירן שוין די לעצטע געטאָ־ייִדן. אַרום האַלדז טראָגט ער אַ מעטאַלענעם שײַן (אידעטיפֿיציר־בלעכל, בלע״ז dog tag) מיט אַ מגן־דוד און דעם נומער 1283 אײַנגעקריצט דערויף.
ווען עס געלינגט אים, סוף־כּל־סוף, צו געפֿינען אַן אימפּראָוויזירטע מאַלינע [באַהאַלטעניש], דערזעט ער שוין דאָרטן אַ גרופּע ייִדן, וואָס ווילן אים בשום־אופֿן ניט אַרײַנלאָזן — ניטאָ גענוג אָרט. ער גיט זיי אַ האַרבער דראָונג — „אויב די דײַטשן וועלן מיך כאַפּן, וועלן זיי אײַך אַלעמען אויך כאַפּן דערפֿאַר!‟ לאָזט מען אים גלײַך אַרײַן.
צוזאַמען מיט אים באַהאַלט זיך אין דער מאַלינע זײַן לעצט־פֿאַרבליבענע קרובֿה — אַ יונגע פּלימעניצע. די דײַטשישע סאָלדאַטן טרעטן באַלד אָפּ, און מיט זיך — ס׳רובֿ פֿון די לעצטע געטאָ־ייִדן. עס קומט גלײַך אָן די סאָוועטישע אַרמיי. דער ייִד קריכט אַרויס פֿון זײַן באַהאַלטעניש, ווי עס טוען אויך 5,200 אַנדערע — די לעצטע פֿאַרבליבענע ייִדן פֿון דער טשענסטעכעווער געטאָ, אין וועמענס ענגע אָנגעפּאַקטע געסלעך עס האָבן געוווינט מיט בלויז צוויי און אַ האַלב יאָר צוריק מער ווי 50,000 ייִדישע נפֿשות.
דעצעמבער 2017 — בראָנקס, ניו־יאָרק. העלענע קאַמיאָנער, אַ פּרעסע־אַגענטקע פֿאַר אָפּערע־זינגער און אָרקעסטערס, באַקומט אַן אומדערוואַרטן בליצבריוו פֿון „יד־ושם‟. דער בריוו דערקלערט, אַז אינעם אָרטיקן אַרכיוו פֿון אַרטיפֿאַקטן, וואָס האָבן באַלאַנגט צו ייִדן אין די געטאָס און לאַגערן, איז לעצטנס געלונגען דעם אַרכיוויסט יעווגעני ראָזען צונויפֿצופּאָרן אַ שײַן פֿון אַ צוואַנגאַרבעטער בײַם „האַסאַג־פּאַלצערי‟ וואָפֿן־פֿאַבריק אינעם טשענסטעכעווער געטאָ מיט דער אידענטיטעט פֿונעם ייִד, וואָס האָט אים אַמאָל געטראָגן. דער נומער וואָס שטייט אויפֿן שײַן — 1283. אָט דאָס אידענטיפֿיציר־בלעכל האָט טאַקע באַלאַנגט צו העלענעס פֿאָטער יחיאל קאַמיאָנער.
„איך האָב זיך געפֿילט, ווי עפּעס אַ מאָדנער שד באַזוכט מיך,‟ האָט געזאָגט העלענע קאַמיאָנער בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס.‟ „איר קענט זיך ניט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי איך האָב זיך געפֿילט, ווען איך האָב געזען דאָס בילד. לכתּחילה בין איך פּשוט געווען אין גאַנצן פֿאַרגאַפֿט. עס האָט מיר שטאַרק וויי געטאָן צו טראַכטן, וויפֿל עס האָבן געליטן די שקלאַפֿן־אַרבעטער און אַוודאי אַז עס האַנדלט זיך וועגן מײַן ליבן פֿאָטער דערצו!‟
„דער טאַטע האָט אָפֿט דערציילט וועגן יענע יאָרן אויף אַן אופֿן, וואָס האָט געקלונגען אומגלייבלעך,‟ האָט העלענע דערקלערט. „ער האָט בכּיוון אַרײַנגעוועבט אַ סך הומאָר און אַ סך איראָניע, זײַן דערציילן זאָל ניט צו פֿיל באַאומרויִקן די וואָס הערן זיך צו צו אים. אַז מע זעט אָבער אַזאַ זאַך וואָס האָט טאַקע געהערט צו אים, ווערט עס מער רעאַל. מע קען לייענען אַלע ביכער וואָס מע וויל; מע קען האָבן אָן אַ שיעור קאָשמאַרן. אָבער אַז מע זעט אַ שײַן וואָס האָט באַלאַנגט צום אייגענעם טאַטן, רירט עס אָן דעם האַרצן מער פֿון אַלץ.‟
יחיאל (כיל) קאַמיאָנער איז געבוירן געוואָרן אין אַפּריל 1910 אינעם שטעטל ווליון, ניט ווײַט פֿון לאָדזש. ווען די דײַטשן זענען אָנגעפֿאַלן אויף פּוילן, איז זײַן היימשטאָט געווען די סאַמע ערשטע וואָס מע האָט באָמבאַרדירט פֿון דער לופֿטן. יחיאל, אַ בחור פֿון 19 יאָר, האָט פּונקט דעמאָלט געהאַלטן בײַם דאַוונען שחרית. טראָגנדיק זײַן טלית און תּפֿילין, איז ער אַנטלאָפֿן כּדי זיך צו ראַטעווען.
ניט לאַנג נאָך דעם וואָס די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט פּוילן איז יחיאל, צוזאַמען מיט זײַן פֿאָטער און נײַן עלטערע ברידער און שוועסטער, ס׳רובֿ פֿון זיי חתונה־געהאַטע מיט קינדער, פֿאַרשיקט געוואָרן אינעם טשענסטעכעווער געטאָ. אַחוץ אים און זײַן נײַן־יעריקער פּלימעניצע קרישע, זענען אַלע נאָענטע פֿאַרגאַזט געוואָרן אינעם כעלמנאָ־אומברענג־לאַגער. עס איז אים געלונגען צו ראַטעווען קרישע ווײַל ער האָט געפֿונען אַרבעט פֿאַר איר אין דער געטאָס גאָרקיך. ער אַליין איז געוואָרן אַ צוואַנגאַרבעטער פֿאַר דער טרויעריק־באַרימטער פֿירמע „הוגאָ שנײַדער‟ — בעסער באַקאַנט אונטערן נאָמען „האַסאַג‟.
די פֿירמע, וואָס האָט פּראָדוצירט וואָפֿנס פֿאַרן דײַטשישן מיליטער, האָט באַלעבאַטעוועט איבער צענדליקער פֿאַבריקן פֿון ייִדישע צוואַנגאַרבעטער אין געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, פּוילן און איטאַליע. אין אוישוויץ, למשל, האָבן געאַרבעט פֿאַר דער פֿירמע 16,581 ייִדן. אין די פּוילישע געטאָס האָבן געאַרבעט מער ווי 41,000. די באַדינגונגען אין די „האַסאַג‟־פֿאַבריקן זענען געווען שרעקלעכע. מער ווי 50,000 פּוילישע ייִדן זענען אויסגעשטאָרבן בשעתן דינען דאָרט ווי צוואַנגאַרבעטער. אין געוויסע פֿאַבריקן האָט דער דורכשניטלעכער אַרבעטער געלעבט בלויז צוויי חדשים.
אין האַסאַג־פּאַלצערי גופֿא האָבן די אַרבעטער געליטן פֿון הונגער, לײַז און טיפֿוס. אַז די אָנפֿירער פֿון דער פֿאַבריק האָבן געוואָלט פּטור ווערן פֿון די לײַז האָט מען באַשפּריצט די אַרבעטער מיט וואַסער פֿון שטאַרקע קישקעס, וואָס עס ניצן געוויינטלעך פֿײַערלעשער. ווען ס׳איז געווען קאַלט אין דרויסן, זענען עטלעכע אַרבעטער דערפֿאַר געשטאָרבן פֿון היפּאָטערמיע. אין 1944 איז דער מצבֿ געוואָרן אַזוי שלעכט, אַז אַ גרופּע „עס־עס‟־אָפֿיצירן האָבן איבערגענומען דעם קאָנטראָל פֿון „האַסאַג־פּאַלצערי‟ פֿון דער פֿירמע. מע האָט, פֿאַרשטייט זיך, זיך ניט געזאָרגט וועגן דעם גורל פֿון די אַרבעטער אַליין, נאָר וועגן דעם פֿאַקט, וואָס די אַרבעטער זענען געווען אַזוי שוואַך און קראַנק, אַז זיי האָבן ניט געקענט פֿאַבריצירן ביקסן און קוילן אַזוי גיך, ווי די דײַטשן האָבן געפֿאָדערט.
ניט געקוקט אויף דער שוועריקייט פֿון דער אַרבעט און די שרעקלעכע באַדינגונגען, האָט דער פּאָסטן געראַטעוועט יחיאל קאַמיאָנערס לעבן; כּמעט אַלע ייִדן אין דער טשענסטעכעווער געטאָ וואָס האָבן ניט געאַרבעט אין „האַסאַג־פּאַלצערי‟ זענען אָדער פֿאַרגאַזט געוואָרן אין אַן אומברענג־לאַגער, אָדער דערשאָסן געוואָרן אויף די גאַסן פֿון דער געטאָ גופֿא.
יחיאל קאַמיאָנער האָט איבערגעלעבט זעקס יאָר אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע, אָבער זײַן געראַנגל פֿאַרן לעבן האָט זיך ניט פֿאַרענדיקט מיט דער באַפֿרײַונג. גלײַך נאָך דער מלחמה איז ער שטאַרק קראַנק געוואָרן מיט טיפֿוס און האָט זיך ניט געקענט רירן פֿון זײַן געלעגער. זײַן פּלימעניצע קרישע איז חדשים לאַנג געבליבן בײַ זײַן בעט.
ווען ער איז געקומען צו זיך, האָט ער באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן פּוילן. ער איז געפֿאָרן קיין בערלין, און דערנאָך קיין מינכן, וווּ ער האָט חתונה געהאַט מיט זײַן פֿרוי חוה. דאָס פּאָרפֿאָלק, צוזאַמען מיט זייער טעכטערל העלענע, האָט זיך באַזעצט אין אַמעריקע אין 1952. אין 1955 איז געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע, הענרי (הענעך).
יחיאלס צונאָמען „כיל“ איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין „טשאַרלי‟ און דער נײַער אימיגראַנט האָט זיך אַרויפֿגעאַרבעט, לחתּחילה ווי אַ פֿאַרמער פֿון הינער און דערנאָך ווי אַן אייער־הענדלער. ער איז געבליבן אין נאָענטן קאָנטאַקט מיט זײַן פּלימעניצע קרישע, וואָס האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל, ביז ער איז ניפֿטר געוואָרן אין 2002, אין עלטער פֿון 92 יאָר. זײַן פֿרוי, חווה, איז ניפֿטר געוואָרן אין 1982, און הענרי — אין 2008.
ווי אַזוי איז אָבער דער שײַן פֿונעם „האַסאַג־פּאַלצערי‟־פֿאַבריק אָנגעקומען קיין ישׂראל, און פֿאַר וואָס האָט העלענע זיך נאָר וואָס דערוווּסט וועגן זײַן עקסיסטענץ? די פּינטקלעכע געשיכטע פֿונעם בלעכלס נאָכמלחמהדיקן גורל איז דערווײַל אומקלאָר. מע ווייסט יאָ אַז יאַן ראָכוואַרגער, אַ לאַנגיאָריקער מיטאַרבעטער בײַם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט” אין וואַרשע, האָט דעם שײַן איבערגעגעבן „יד־ושם“ אין 1984. ווי אַזוי אָדער ווען דער שײַן איז אָנגעקומען אינעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט” ווייסט מען אָבער ניט.
שׂרה שאָר, אַ פֿאַרוואַלטערין פֿון אויפֿהיטן אַרטיפֿאַקטן בײַם „יד־ושם” האָט דערציילט אין אַ בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס”, אַז „אַ דאַנק דעם וואָס מיר קאָמפּיוטעריזירן אונדזערע דאַטן־באַזעס סײַ פֿון אַרטיפֿאַקטן, סײַ פֿון דאָקומענטן, קענען מיר צונויפֿפּאָרן די אינפֿאָרמאַציע וואָס געפֿינט זיך בײַ אונדז מיט דער אינפֿאָרמאַציע פֿון אַרום דער וועלט וועגן דעם גורל פֿון מענטשן וואָס האָבן דורכגעמאַכט דעם חורבן. שוין עטלעכע יאָר קוקן מיר איבער אונדזערע קאָמפּיוטער־טעקעס, כּדי צו זען צי מע קען צוגעבן נאָך אינפֿאָרמאַציע.‟
אין דעם פֿאַל איז געלונגען דעם אַרכיוויסט יעווגעני ראָזען צונויפֿצופּאָרן דעם נומער אויפֿן שײַן מיט אַנדערע רעקאָרדן וואָס האָבן געוויזן, אַז ער האָט געהערט צו יחיאל קאַמיאָנערן. ראָזען האָט זיך דערוווּסט וועגן העלענען אַ דאַנק גענעאָלאָגישער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער משפּחה, וואָס געפֿינט זיך אויף דער וועבזײַט myheritage.com.
„עס באַפֿרידיקט מיך, וואָס מיר קענען ווײַזן מענטשן די חפֿצים, וואָס זענען אַמאָל געווען פֿאַרבונדן מיט זייערע קרובֿים, אַפֿילו אויב דער קאָנטעקסט פֿון דעם איז זייער אַן אָנגעווייטיקטער,“ האָט שׂרה שאָר געזאָגט.
„ניט געקוקט אויף דעם עגמת־נפֿש וואָס עס האָט מיר געשאַפֿן, האָב איך גלײַך פֿאַרשטאַנען, ווי וויכטיק עס איז דער דאָזיקער אָביעקט,” האָט העלענע קאַמיאָנער געזאָגט. „ס׳איז אַ ממשתדיקער באַווײַז פֿאַר די מענטשן וואָס לייקענען אָפּ דעם חורבן, ווי מיר וואָלטן זיי געזאָגט: ׳אַנו, פּרוביר נאָר דאָס אָפּצולייקענען.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.