אַז איך שרײַב, אַז פֿון יאַגדעס פֿאַרדרייט זיך דער קאָפּ, מיין איך נישט, אַז ס׳איז דאָ אַ קרענק אַזאַ וואָס נעמט זיך פֿון עסן יאַגדעס. ניין, כ׳מיין, אַז פֿון זײַן אַ באָטאַניקער וואָס וויל וויסן ווי אַזוי מע רופֿט אָן כּלערליי יאַגדעס קען מען שיִער נישט אַראָפּגיין פֿון זינען.
וואָס פֿאַר אַ ווערטער קענען מיר אין שײַכות מיט יאַגדעס? קודם־כּל, אויף מאַמע־לשון שטאַמען כּמעט אַלע אַזוינע ווערטער פֿון סלאַוויש, אַזוי ווי, פֿאַרשטייט זיך, „יאַגדע“. איז וואָס איז אַ „יאַגדע“? דאָ ניץ איך עס ווי אַ דאַכטערמין, ד״ה berry בלע״ז. בײַ מײַן באָבע איז עס געווען טײַטש strawberry, דאָס וואָס בײַ אַנדערע ייִדן הייסט „טרוסקאַווקע“ (אַקצענטירט ווי אויף פּויליש: טרוסקאַ׳ווקע — אָדער פֿאַרייִדישט: טרו׳סקאַווקע).
בײַ די ייִדן וואָס זאָגן „טרוסקאַווקע“ איז „יאַגדע“ גיכער blueberry. דאָ, אָבער, מוז מען אָנווײַזן, אַז blueberry איז אַן אַמעריקאַנער געוויקס, אַ נאָענטער קרובֿ, אָבער פֿאָרט עפּעס אַנדערש, פֿונעם אייראָפּעיִשן עקוויוואַלענט, bilberry. לויטן פּוילישן ווערטערבוך זאָגט מען אויף bilberry אָדער blueberry גאָר czarna jagoda, ד״ה „שוואַרצע יאַגדע“, און אויף ייִדיש איז מיט דעם טײַטש אויך פֿאַראַן „שוואַרצע יאַגדע“.
אויף פּויליש איז דאָ נאָך אַ וואָרט, borówka, טײַטש bilberry; דעם זומער האָב איך אין וואַרשע געזען פֿאַרקויפֿן borówki amerykańskie, ד״ה, אַמעריקאַנער, נישט היגע, יאַגדעס.
הייבט זיך אָן אַ מעשׂה: אויב שוואַרצע יאַגדעס זענען blueberries, ווי זשע זאָגט מען blackberry? אויף ייִדיש „אָזשענע“, אויף פּויליש ס׳קרובֿישע jeżyna. פֿאַראַן אויף פּויליש נאָך אַ וואָרט, czernica, פֿונעם שורש czarny „שוואַרץ“, וואָס איז הײַנט פֿאַררעכנט פֿאַר דיאַלעקטיש; אויף סלאָוואַקיש איז černica ס׳אָנגענומענע וואָרט פֿאַר blackberry. וואַרט, איר זענט נאָך נישט פֿאַרטיק: אויף מאַמע־לשון איז אויך דאָ אַ וואָרט „טשערניצע“, וואָס דאָס איז גאָר טײַטש נישט blackberry, נאָר whortleberry. (דאָס אויבן דערמאָנטע פּוילישע וואָרט borówka האָט אַ צווייטן טײַטש, חוץ bilberry — טאַקע whortleberry.) וואָס זשע פֿאַר אַ יאַגדע איז דאָס? לויטן ענגלישן ווערטערבוך איז עס אַ סינאָנים פֿון bilberry! הייסט עס, אַז יאַגדעס וואָס זענען בלאָ אויף ענגליש זענען שוואַרץ אויף ייִדיש; די ייִדישע וואָס זייער נאָמען נעמט זיך פֿונעם סלאַווישן וואָרט פֿאַר שוואַרץ זענען גאָר בלאָ.
דאָס שטימט, אַגבֿ, מיטן רוסישן chernika, וואָס דער רוסיש־ייִדישער ווערטערבוך פֿון 1984 פֿאַרטײַטש „טשערניצעס, שוואַרצע יאַגדעס“. לויט מרדכי שעכטערס „די געוויקסן־וועלט אין ייִדיש“ איז „שוואַרצע יאַגדע“ אָדער blueberry טײַטש דער מין (genus בלעז), בשעת „טשערניצע“ אָדער whortleberry/bilberry איז אַ זגאַל (species בלעז).
האָט זיך אײַך שוין פֿאַרדרייט דער קאָפּ? אויב נישט, איז נאַט: דער וויסנשאַפֿטלעכער נאָמען פֿון „טשערניצע“ איז Vaccinium myrtillus, בהסכּם מיטן פֿראַנצייזישן myrtille, טײַטש bilberry. פֿאַראַן אויף ייִדיש, אָבער, אויך אַ טערמין „בלאָ־יאַגדע“, וואָס דאָס איז גאָר טײַטש אויף ענגליש bog bilberry אָדער deerberry, אַן אַנדער זגאַל, אָבער נישט דאָס זעלביקע וואָס blueberry. אויף ייִדיש איז אויך דאָ „באָרעווקע“, אַזוי ווי ס׳פּוילישע borówka, נאָר דאָס איז גאָר טײַטש cowberry, אין גאַנצן אַן אַנדער זגאַל װי borówka. וואָס זשע איז cowberry? אַ רויטע יאַגדע, אַ סינאָנים פֿון red whortleberry אָדער lingonberry, אַ וויכטיקער אינגרעדיענט אין דער שוועדישער קיך.
איצט קענען מיר זיך אומקערן צו די אָזשענעס, נאָר כ׳האָב אַ ספֿק צי דאָס וועט אונדז העלפֿן זיך אויסניכטערן. אָזשענעס און מאַלענעס זענען, ברוך־השם, פֿון אין גאַנצן אַן אַנדער מין — נישט Vaccinium, נאָר Rubus. אָזשענעס זענען, פֿאַרשטייט זיך, שוואַרץ, בשעת מאַלענעס (raspberries) זענען רויט. פֿאַראַן, אָבער, אויך black raspberries. האַ?! דאָס איז אַן אַמעריקאַנער געוויקס וואָס הייסט טאַקע אויף מאַמע־לשון „אַמעריקאַנער מאַלענעס“. איז נישט־געקוקט דערויף, וואָס בײַ דער שייכדיקער פּאָזיציע וואָרנט אונדז שעכטער, אַז מאַלענעס זענען רויט, זענען אויך פֿאַראַן מאַלענעס שוואַרצע, וואָס זיי זענען אָבער נישט קיין אַָזשענעס, כאָטש אַלע דרײַ — סתּם מאַלענעס, סתּם אָזשענעס און אַמעריקאַנער מאַלענעס — זענען נאָענטע קרובֿים.
נו, כ׳װײס נישט װי איר, אָבער איך האָב זייער ליב סײַ טרוסקאַװקעס (יאַגדעס), סײַ מאַלענעס, אָזשענעס, שװאַרצע יאַגדעס (טשערניצעס?) — אַלע. נאָר נאָכן אָנשרײַבן אָט דעם פֿעליעטאָן איז מיר אין גאַנצן פֿאַרגאַנגען דער אַפּעטיט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.