אין בית שלום־עליכם, דעם אָנגעזעענעם ייִדיש־אינסטיטוט אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט די ישׂראלדיקע זינגערין און אַקטריסע אסתּי ניסים לעצטנס אָנגעהויבן אַ סעריע אייגנאַרטיקע קאַבאַרעטן אויף ייִדיש, מיטן נאָמען „אסתּרס קאַבאַרעט‟. ביז איצט זײַנען שוין פֿאָרגעקומען צוויי פֿון זיי.
יעדער אָוונט האָט אַ באַזונדערע טעמע: איין קאַבאַרעט איז געווען וועגן אַלט־ייִדיש; אַ צווייטער — וועגן אַדעס, און אין אַ חודש אַרום, דעם 15טן פֿעברואַר, וועט מען אויפֿטרעטן מיט אַ פּורים־שפּיל.
די מוזיקער, זינגערס און אַקטיאָרן האָרעווען כּדי צוצוגרייטן יעדע פֿאָרשטעלונג, כאָטש מע פֿירט זי דורך בלויז איין מאָל. אויך בײַ דער דעקאָראַציע קען מען זען אַז מע גיט אַכט צו די קליינע פּרטים. דער עולם ייִדישיסטן פֿרייט זיך מיטן מאַטעריאַל, ווײַל מע דערפֿילט אַז דאָס איז עפּעס פֿרישס. ס׳איז זיי שוין, אַ פּנים, נימאס געוואָרן צו גיין אויף אָוונטן מיט די זעלבע שאַבלאָנישע ייִדישע לידער; מע דאָרשט נאָך עפּעס נײַס.
דער קאַבאַרעט קומט פֿאָר אין אַ קליינעם אָרט אין בית שלום עליכם, און ס׳איז טאַקע אַ ביסל ענג אָבער דווקא דערפֿאַר דאַכט זיך דיר אַז דו געפֿינסט זיך אין אַ קאַבאַרעט אַזוי ווי אין די אַלטע גוטע צײַטן, עקספּערימענטאַליש, מיט אַ שטאָך. דערבײַ טרינקט מען צו אַ ביסל משקה.
דער עיקר קומען אַהער די געטרײַע סטודענטן פֿון בית שלום עליכם, ליבהאָבער פֿון ייִדיש. טיילן פֿונעם קאַבאַרעט זײַנען אויף העברעיִש, אָבער אַ גרויסער חלק איז אויף מאַמע־לשון אָן איבערזעצונג און דערפֿאַר איז ער מער צוגעפּאַסט פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, כאָטש מע קען אויך הנאה האָבן פֿון די לידער אויב מע פֿאַרשטייט נישט די ווערטער.
ס׳איז ספּעציעל שיין צו זען די באַליבטע לערערס פֿון בית שלום עליכם אויף דער בינע. אַלע ייִדישיסטן קענען דאָך די לערער, ד״ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי. בײַ אונדז זענען זיי אָבער אַקטיאָרן אויך!
דער מוזיקער איליאַ מאַגאַלניק טוט אַ וווּנדערלעכע אַרבעט בײַם אויפֿלעבן די אַלטע לידער ווי, למשל, איינס וואָס ווירע לאָזינסקי האָט געזונגען וועגן אַ ייִדיש מיידל געשיקט פֿון אַדעס קיין בוענאָס־אײַרעס צו אַרבעטן ווי אַ פּראָסטיטוטקע.
און מיר פּערזענלעך איז דער קאַבאַרעט אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו שאַפֿן אַ ביסל ליטעראַטור אויף ייִדיש און דערבײַ גלײַך זען ווי דער עולם רעאַגירט דערויף! טוט אַ קוק ווי מרים טרין שפּילט מײַנעם אַ מאָנאָלאָג, באַזירט אויף אַ קורצער דערציילונג פֿון מאיר דיזענגאָף (דער ערשטער בירגער־מייסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ). דיזענגאָף האָט געשריבן די דערציילונג וועגן זיין באַליבטסטער קליאַטשע, אָבער אין מיין מאָנאָלאָג רעדט דווקא די קליאַטשע אַליין…
פֿאַרבינדונגען צו די פֿילמען:
„מהירה רעדט‟:
אַן איבערבליק פֿונעם אַלט־ייִדיש קאַבאַרעט:
ווירע לאָזינסקי זינגט „אוי די שטאָט ביינאָזוירעס‟:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.