בנימין הרשבֿ דער פּאָעט (1928–2015) איז תּמיד געװען פֿאַרשאָטנט פֿון בנימין הרשבֿ (הרושאָװסקי) דעם געלערנטן, אַ מומחה אױף דער ייִדישער און העברעיִשער דיכטונג און אױף ליטעראַטור־טעאָריע.
טײלװײַז איז דאָס געװען זײַן אײגענע טוּונג. ער האָט געשריבן לידער אונטער פֿאַרשידענע פּסעוודאָנימען, ה. בנימין אױף ייִדיש און גבי דניאל אױף העברעיִש, און ער איז אָפֿט געװען אָפּגעשלאָסן װען עס איז געגאַנגען װעגן זײַנע לידער, בפֿרט אױף ייִדיש. דער נײַער װאָגיקער באַנד „כּל השירים” אַנטפּלעקט אָט דעם צד פֿון זײַן שעפֿערישקײט אין אַ פֿולן פֿערנעם.
געבױרן און אױפֿגעװאַקסן אין װילנע, האָט זיך בנימין הרושאָװסקי געראַטעװעט פֿונעם חורבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און האָט עולה געװען קײן ארץ־ישׂראל אין 1948. ער האָט געקעמפֿט אין דער אומאָפּהענגיקײט־מלחמה, דערנאָך שטודירט אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט, געלערנט ליטעראַטור אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ. אין די 1950ער יאָרן האָט ער געדרוקט עטלעכע ביכער לידער אױף ייִדיש און העברעיִש אין ישׂראל. זײַנע טעאָרעטישע חקירות אין סעמיאָטיק און פּאָעטיק זענען עד־היום מוסטערדיק, און זײַן מאָנומענטאַלע אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער דיכטונג אין אַמעריקע (1986) האָט דערמוטיקט אַ נײַעם דור ייִדישיסטן זיך ערנסט אונטערצונעמען צו פֿאָרשן דעם אַמעריקאַנער מאָדערניזם. זינט 1987 איז הרשבֿ געװען אַ פּראָפֿעסאָר אין יעל־אוניװערסיטעט. ער איז אױך געװען טעטיק װי אַן איבערזעצער אױף ייִדיש און הערבעיִש.
זײַן ערשט בוך לידער, „שטױבן”, איז אַרױס אין 1948 אין מינכען, װען ער איז געװען צװאַנציק יאָר אַלט. די לידער האָט ער געשריבן אין רוסלאַנד, פּױלן און אינעם „די־פּי‟ לאַגער אין דײַטשלאַנד. זײ שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע איבערלעבונגען זײַנע. מלך ראַװיטש האָט זיך אַזוי אָפּגערופֿן אױף דעם דאָזיקן ביכל פֿון מאָנטרעאַל: „בנימין האָט אַ מעלאָדישע, היפּשלעך רײַכע, ריטמישע, פֿליסנדיקע שפּראַך. עס איז קלאָר, אַז ער איז שטאַרק אָנגעלעזן מיט ייִדישער דיכטונג. זי זינגט אַרױס פֿון צװישן זײַנע שורות.” ראַװיטש האָט זיך דערפֿילט „הײמיש” װען ער האָט געטראָפֿן אין בנימינס אַ ליד אַ גלגול פֿון דוד אײנהאָרנס „בעריאָזקע”: „אױב אײנהאָרנס בעריאָזקע איז שטאַרק אומעטיק, איז אָבער בנימינס בעריאָזקע טראַגיש, װײַל זי איז שױן די לעצטע.”
אין זײַנע אױטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן דערמאָנט זיך הרשבֿ, אַז ער האָט אַ סך געלײענט אינעם „די־פּי‟ לאַגער, שרײַבנדיק: „מינכען אין חורבֿות נאָכן חורבן איז געװען מײַן ערשטער אוניװערסיטעט.” ער האָט גיריק געלײענעט רוסישע, ענגלישע, פֿראַנצױזישע און דײַטשישע פּאָעזיע, װי אױך ייִדישע ביכער, װאָס מען האָט באַקומען פֿון ניו־יאָרק. זײַן ברײטע און אינטענסיװע לעקטור פֿון װעלט־דיכטונג האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין „שטױבן”. דער יונגער דיכטער האָט געזוכט פּאָעטישע מכשירים כּדי אַרױסצודריקן זײַן אײגענע דערפֿאַרונג און אָפּצורופֿן זיך אױפֿן חורבן פֿון זײַן פֿאָלק. ער האָט געפּרוּװט אָנמעסטן אױף זיך פֿאַרשידענע פּאָעטישע פּערזאָנען, װאָס ער האָט געבאָרגט פֿון עלטערע דיכטער. אָט, למשל, רעדט ער אין ה. לײװיקס שפּראַך: „ערגעץ צװײט זיך און צװײט זיך די נאַכט”, אַן אָפּקלאַנג פֿון לײװיק באַרימטע שורות: „ערגעץ װײַט, ערגעץ װײַט”).
אין ישׂראל איז הרשבֿ געװאָרן אַ פֿירנדיקע פֿיגור אין דער ליטעראַרישער גרופּע „לקראת”, װאָס איז געװען דער „קול־מבֿשׂר‟ פֿונעם נײַעם דור־המדינה אין דער ישׂראלדיקער ליטעראַטור. די דאָזיקע דיכטער האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט סײַ דעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם סײַ דעם ראַדיקאַלן אַװאַנגאַרד פֿון די פֿריִערדיקע דורות. דערבײַ האָט הרשבֿ װײַטער געשריבן און געדרוקט ייִדישע לידער. שפּעטער, װען ער האָט זיך דערמאָנט אָן יענער תּקופֿה, האָט ער באַטאָנט זײַן ראָלע װי אַ דעה־זאָגער פֿון דער נײַער העברעיִשער דיכטונג און ניט דערמאָנט זײַן אײגענע ייִדישע שאַפֿונג.
מעג זײַן, אַז זײַנע ייִדישע לידער, װאָס האָבן געשעפּט מיט אַ ברײטער האַנט פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער ירושה פֿון פֿאַרשידענע תּקופֿות, האָט זיך ניט אין גאַנצן צוגעפּאַסט צו די השׂגות װעגן מאָדערניזם, װאָס האָבן געהערשט צװישן יונגע העברעיִשע דיכטער. פֿון דעסט װעגן איז ייִדיש יאָ געװען אײנער פֿון די מקורים פֿאַר דער נײַער העברעיִשער דיכטונג, בפֿרט די אַמעריקאַנער ייִדישע מאָדערניסטן. אין די 1950ער — 1960ער יאָרן האָט הרשבֿ אַרױסגעגעבן פֿיר ביכער העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון יהואש, אהרן גלאַנץ־לײעלעס און משה־לײב האַלפּערן, װי אױך פֿון אַבֿרהם סוצקעװער. אָבער הרשבֿס ראָלע װי אַ „שמוגלער” פֿון דער מאָדערניסטישער ייִדישער פּאָעטיק אין דער העברעיִשער ליטעראַטור איז לאַנג פֿאַרבליבן פֿאַרבאַהאַלטן, באַמערקט פּראָפֿעסאָר חנה קראָנפֿעלד.
סוצקעװערס השפּעה איז גאַנץ בולט אין הרשבֿס ישׂראלדיקע לידער. ער װערט שטרענגער און מער איבערקלײַבעריש װאָס שײך פּאָעטישע אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן. עס איז מער ניטאָ אײנהאָרנס סענטימענטאַלע „בעריאָזקעס” אין זײַנע לידער. װי סוצקעװער, פּרוּװט הרשבֿ צונױפֿצוברענגען דעם מיזרח־אײראָפּעיִשן עבֿר מיטן ישׂראלדיקן הײַנט. ער זוכט פּאָעטישע געשטאַלטן מיט אַ רײַכן מעטאַפֿאָרישן אינהאַלט, װי למשל „שנײ אין ירושלים”, דער טיטל פֿון זײַן בוך לידער. אין ישׂראל װערט הרשבֿס ליריש קול דרײסטער און זיכערער, ער פֿאַרמעסט זיך צו רעדן „פּנים־אל־פּנים מיטן אַלמעכטיקטן”: „איך — און דו אין אַ נעפּל פֿון פֿײַער”. די דאָזיקער שורות האָט ער אָנגעשריבן װי אַ זעלנער אין סדום (הײַנט אין יאָרדאַניע) אין 1949.
אינעם נעקראָלאָג נאָך הרשבֿ האָט פּראָפֿעסאָר שחר פּינסקער באַשריבן זײַן ראָלע װי אַ „בריק”, אַ פֿאַרמיטלער צװישן אײראָפּע, ישׂראל און אַמעריקע, צװישן העברעיִש, ייִדיש און אײראָפּעיִשע שפּראַכן, צװישן דיכטונג, איבערזעצונג און װיסנשאַפֿט, און צװישן דעם ייִדישן לעבן פֿאַר און נאָך דעם חורבן. ווי מע זעט אין דעם נײַעם באַנד לידער וועלן הרשבֿס װערק נאָך לאַנג פֿאַרבלײַבן װיכטיק און אַקטועל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.