(שײַכותדיקע אַרטיקלען: https://yiddish2.forward.com/node/1775.html)
הײַנט זענען מיר ממש צוגעבונדן צו אונדזערע אַזוי־גערופֿענע קלוגע טעלעפֿאָנען און קליינע טאַש־קאָמפּיוטערס. ווען צינדט מען אָן די שבת־ליכט? לאָמיר זען „אָנלײַן‟. דעם חמץ צו פֿאַרקויפֿן, אויב מע איז צו פֿויל זיך צו שלעפּן אין דער שיל? זענען פֿאַראַן אַ סך פֿרומע וועבזײַטן פֿאַר דעם. דעם לולבֿ צו בענטשן? מע מוז נאָך אַלץ זיך שלעפּן אין אַ געשעפֿט אים אָפּצונעמען, אָבער באַשטעלן קאָן מען אים גרינג אויף דער אינטערנעץ.
אַפֿילו די חסידים געניסן הײַנט פֿון די קלוגע טעלעפֿאָנען. במחילה, גייען די סאַטמאַרער פֿרויען אין וויליאַמסבורג יעדן ערבֿ־יום־כּיפּור זיך טובֿלען אין מיקווה. דאָס איז דער איינציקער פֿאַל, ווען אַפֿילו קליינע מיידלעך גייען זיך טובֿלען, און עס שטעלט זיך טאַקע אַ גאַנצע ריי אויף דער גאַס. בשעת מע וואַרט טיילט מען זיך מיט די פֿרישסטע לשון־הרעס, וואָס מע האָט איבערגעלייענט אויפֿן „טוויטער‟. אָפֿיציעל איז די אינטערנעץ פֿאַרווערט בײַ די סאַטמאַרער, אָבער למעשׂה טרײַבט מען דאָס „בעסטע‟ רכילות אויפֿן קאָמפּיוטער. די צעל־טעלעפֿאָנען זענען אינעם חסידישן וויליאַמסבורג אויך פֿאַרבאָטן. איז וואָס זשע? יעדער באַקומט אַ היתּר זיי צו האָבן, כּלומרשט צוליב עסקים.
פֿון דעסט וועגן, מיינען אַ סך מענטשן, אַז די קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס שטאַמען פֿון 20, צום מערסטן 30 יאָר צוריק. דווקא צוליב דעם, וואָס די קאָמפּיוטערס זענען מאָדערנע שטיק, קאָנען מיר אָן זיי נישט אויסלעבן אַ טאָג. אַ קאָמפּיוטער פֿון די 1990ער קלינגט הײַנט ווי אַ מוזיי־עקספּאָנאַט.
מיט 10 יאָר צוריק איז אינעם „פֿאָרווערטס‟ דערשינען מײַן אַרטיקל לכּבֿוד דעם 50סטן יובליי פֿון דער קאָמפּיוטער־שפּראַך Lisp. זײַענדיק אַ שאַפֿונג פֿון ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, דינט עס ביז הײַנט ווי דער יסוד פֿון אומצאָליקע „קלוגע‟ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, וואָס פֿאַרשטייען אײַערע ווערטער אויפֿן טעלעפֿאָן אָדער העלפֿן אײַך קויפֿן דעם ביליקסטן לופֿט־בילעט.
למעשׂה, זענען ס׳רובֿ הײַנטצײַטיקע לשונות, וואָס ווערן באַנוצט בײַם פּראָגראַמירן די קאָמפּיוטערס, טיף פֿאַרבונדן מיט אַן אַנדער שפּראַך, „אַלגאָל‟, וואָס פּראַוועט איצט דעם בכּבֿודיקן 60־יאָריקן יוביליי. אַ סך אינפֿאָרמאַציע־טעכנאָלאָגיעס שטאַמען פֿון די 1950ער און האָבן זיך, בעצם, כּמעט נישט געביטן. די מכשירים זענען געוואָרן קלענער, מער צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען, אויסגעשטאַט מיט קאָליריקע עקראַנען און קאָמוניקאַציע־מיטלען, וואָס דערמעגלעכן צו שמועסן מיט דער גאָרער וועלט, אָבער אינעווייניק שטעקן אין זיי די פּראָגראַמען, וואָס אַן עלטערער וויסנשאַפֿטלער קאָן גרינג פֿאַרשטיין. מיט אַ טוץ יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען אַזעלכע חידושים שוין געווען בנמצא.
די מלחמה האָט אונטערגעשטויסן די גרעסטע לענדער אין דער וועלט צו אַנטוויקלען די ערשטע קאָמפּיוטערס. נאָכן שאַפֿן די ריזיקע מיליטערישע מאַשין ENIAC אין 1946, וואָס ווערט באַנוצט אין פֿילאַדעלפֿיע פֿאַרן אויסאַרבעטן טערמאָנוקלעאַרע באָמבעס, האָבן אין ענגלאַנד, אויסטראַליע און אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זיך באַוויזן בעסערע קאָמפּיוטערס. די דײַטשישע חידושים אינעם דאָזיקן געביט האָט מען, צוליב פֿאַרשטענדלעכע סיבות, אויף אַ לאַנגער צײַט פֿאַקטיש פֿאַרגעסן, הגם אינעם יאָר 1941 האָט דער דײַטשישער אינזשעניר קאָנראַד צוזע שוין אויסגעבויט דעם גענוג מעכטיקן קאָמפּיוטער Z3.
אַזוי צי אַזוי, האָבן די ערשטע פּראָגראַמיסטן פֿאַרשטאַנען במשך פֿון די 1950ער יאָרן, אַז כּדי צו מאַכן זייער אַרבעט צוטריטליך צום ברייטן עולם מוז מען צוטראַכטן אַ גרינגערע שפּראַך, וואָס אַ פּשוטער מענטש – אַרײַנגערעכנט דעם בעל־הבית פֿון זייער פֿירמע — זאָל קאָנען מער אָדער ווייניקער באַגרײַפֿן. גרייס האָפּער, אַ ייִדישע פֿרוי, וועלכע האָט בעת דער מלחמה געדינט ווי אַן אַדמיראַלשע פֿונעם אַמעריקאַנער פֿלאָט, האָט אָנגעפֿירט מיטן שאַפֿן די קאָמפּיוטער־שפּראַך Cobol. לכתּחילה האָט זי געהאַט אין זינען די פֿינאַנץ־אָרגאַניזאַציעס. זינט די ערשטע ווערסיע איז אַרויס אין 1959, דינט Cobol ווי די קאָמפּיטער־שפּראַך פֿאַר באַנק־טראַנסאַקציעס אַרום דער גאָרער וועלט. ס׳רובֿ פּראָגראַמיסטן האָבן עס בפֿירוש פֿײַנט, אָבער וואָס קאָן מען טאָן, אַז אין דער פֿינאַנציעלער וועלט ווערט עס לאַנג באַטראַכט ווי אַ וויכטיקער און בכּבֿודיקער אוצר?
אַן אַנדער קאָמפּיוטער־שפּראַך, Fortran, האָט דער אַמעריקאַנער וויסנשאַפֿטלער דזשאָן בעקוס צוגעטראַכט אין 1957. צוליב ענלעכע קאָנסערוואַטיווע סיבות בלײַבט די דאָזיקע שפּראַך פּאָפּולער אין ספּעציפֿישע וויסנשאַפֿטלעכע און אינדוסטריעלע ספֿערעס. מע נוצט עס, למשל, בײַם שאַפֿן נײַע אויטאָמאָבילן און עראָפּלאַנען, בײַם פֿאָרויסזאָגן דאָס וועטער, ווי אויך אין כעמישע פֿאָרשונגען. קיין גרויסע מעלות האָט די דאָזיקע שפּראַך באמת נישט, אָבער צוליב דער לאַנגער געשיכטע בלײַבט ער פּאָפּולער אין געוויסע ערטער.
אינעם ראַטן־ּפֿאַרבאַנד האָט Fortran אָפֿט געדינט ווי אַן אַלגעמיינער טעאָרעטישער מוסטער פֿון קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירן. דער סאָוועטישער פֿיזיקער אַנדריי זאַרעצקי האָט אָנגעשריבן אין די 1980ער יאָרן אַ גאַנצע סעריע ביכער, וווּ דער טשיקאַווער פּערסאָנאַזש „פּראָפֿעסאָר פֿאָרטראַן‟ גיט קינדער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי מע דאַרף דערקלערן דעם קאָמפּיוטער, וואָס און ווי אַזוי צו רעכענען.
ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, אַ זון פֿון אַ ליטוויש־ייִדישער פֿרוי און אַן אירלענדישן טאַטן, האָט געשאַפֿן זײַן שפּראַך Lisp אין 1958. זײַן חידוש, הײַנט אַנטוויקלט אין אַ ריי מאָדערנע פֿאָרמען, האָט במשך פֿון 60 יאָר געדינט ווי דער יסוד פֿון פֿאָרשונגען איבערן „קינסטלעכן שׂכל‟ — דהײַנו, איבער קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, וואָס קאָנען טראַכטן ווי אַ מענטש.
זײַענדיק אַ פֿאָרשער פֿונעם „מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט‟, האָט מאַק׳קאַרטי צוערשט פֿאָרגעלייגט אַ טעאָרעטישע שפּראַך, באַגרינדעט אויף דער לאַמבדאַ־רעכענונג — אַ סיסטעם, וואָס דערמעגלעכט צו מאַניפּולירן מיט מאַטעמאַטישע פֿונקציעס דורך אַ מאַשין. עס האָט זיך באַקומען, אַז זײַן שפּראַך טויג פֿאַר כּלערליי צוועקן — פֿון אויטאָמאַמישע טעלעפֿאָנען, וואָס פֿאַרשטייען און ענטפֿערן אײַערע פֿראַגעס ביז די קאָסמאָס־פּראָבעס, וואָס האָבן אונדז איבערגעגעבן, וואָס ס׳טוט זיך אויפֿן פּלאַנעט מאַרס און צוגעשיקט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון דאָרטן. די אַמעריקאַנער זינגערין דזשוליאַ עקלאַר זינגט אַ ליד אויפֿן סמך פֿונעם אַמעריקאַנער פּראָגראַמיסט באָב קאַנעפֿסקי, אַז דער רבונו־של־עולם אַליין האָט גענוצט „ליספּ‟ בײַם שאַפֿן די גאַנצע וועלט. ווי אַ וויץ, באַטאָנט די זינגערין, אַז דער נאָמען פֿון דער דאָזיקער שפּראַך באַשטייט פֿון פֿיר אותיות, פּונקט ווי דער הייליקער שם־השם. במשך פֿון אַ סך יאָרן האָט קאַנעפֿסקי געאַרבעט אין „נאַסאַ‟; אין זײַנע פֿאַנטאַזיע־לידער זינגט ער וועגן „נאַקעטע מאַרסיאַנער פֿרויען‟, אָבער זײַנע פּראָגראַמען האָבן קאָנטראָלירט די מאַשינען, וואָס האָבן אָן קיין פֿאַנטאַזיעס פֿאָטאָגראַפֿירט די אַנדערע ווײַטע וועלטן.
אין 1958 האָט מאַק׳קאַרטי זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ אין ציריך, וווּ אַ צאָל וועלט־באַרימטע קאָמפּיוטער־מומחים האָבן במשך פֿון אַ וואָך באַטראַכט די נײַע פּראָגראַמיר־שפּראַך Algol, וואָס מיינט „די שפּראַך פֿון אַלגאָריטמען (Algorithmic Language); דער דאָזיקער נאָמען שטימט אויך מיט אַ געוויסן טאָפּלטן שטעקן, באַקאַנט פֿון אוראַלטע צײַטן. נישט בלויז האָט די שפּראַך אויסגענומען, נאָר ביז הײַנט, מיט היפּשע 60 יאָר צוריק, בלײַבט זײַן סינטאַקס דער יסוד פֿון איבער 90 פּראָצענט פּראָגראַמען אַרום דער גאַנצער וועלט.
פֿרידריך באַוער, איינער פֿון די אָבֿות פֿון „אַלגאָל‟, האָט געדינט אין דער דײַטשישער נאַצי־אַרמיי. קיין חשק דאָרטן צו דינען, אויף וויפֿל מע ווייסט, האָט ער נישט געהאַט. זײַן קאָלעגע קלאַוס סאַמעלסאָן האָט בעת דער מלחמה פֿאַרלוירן זײַן ברודער האַנס, וועלכער האָט זיך גענומען דאָס לעבן אין דײַטשלאַנד, ווײַל זײַן טאַטע איז געווען אַ ייִד. דער וויסנשאַפֿטלער אַלען פּערליס, אַ ייִד פֿון פּענסילוועניע, האָט געקעמפֿט קעגן די נאַציס אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי. זײַן פּענסילוועניער קאָלעגע טשאַרלז כּ״ץ האָט אין דער אַרמיי נישט געדינט, אָבער געהאָלפֿן דער דערמאָנטער אַדמיראַלשע גרייס האָפּער צו שאַפֿן די פֿריִיִקע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס. זײַן שותּף יוסף וועגשטיין האָט זיך באַטייליקט סײַ אינעם שאַפֿן „קאָבאָל‟, סײַ בײַם צוטראַכטן „אַלגאָל‟. וויכטיקע געדאַנקען האָבן צוגעגעבן דער דענישער וויסנשאַפֿטלער פּיטער נאַור, דער דערמאָנטער „פֿאָרטראַן‟־שאַפֿער דזשאָן בעקוס און דער דײַטשישער מאַטעמאַטיקער הערמאַן באָטענברוך. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער געראָטענער אינטערנאַציאָנאַלער קאָאָפּעראַציע — ייִדן, דײַטשן, אַמעריקאַנער, ענגלענדער — האָט זיך באַקומען אַ זייער אַ געראָטענע טעכנאָלאָגיע, וואָס דינט געטרײַ שוין 60 יאָר אין אַלע אונדזערע היים־מכשירים. אַזעלכע פֿאַרשפּרייטע קאָמפּיוטער־לשונות, ווי Java, PHP און Python האָבן געבאָרגט די סינטאַקס־יסודות פֿון „אַלגאָל‟ און קאָנען אין אַ געוויסן זין באַטראַכט ווערן ווי זײַנע גילגולים. הלוואַי וואָלטן מיר אָפֿטער דערגרייכט אין דער הײַנטיקער וועלט אַזאַ מדרגה פֿון שותּפֿות, וואָס האַלט זיך שוין דרײַ דורות און שטעקט אין אַלע אונדזערע עלעקטראָנישע דזשימדזשיקעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.