אין נאָװעמבער 2017 האָב איך דאָ געשריבן װעגן דער מולטיקולטורעלער הומאַניסטישער מיטלשול אין וואַרשע, װוּ איך האָב זיך געלערנט ייִדיש.
נאָכן גראַדויִרן פֿון דער מיטלשול האָב איך ייִדיש ניט פֿאַרלאָזט. פֿאַרקערט, איך האָב איצט אַליין אַ תּלמיד פֿון ייִדיש (שױן איבער 7 הדשים): עמיליאָ, אַ מאַן פֿון שפּאַניע וואָס האָט זיך פֿאַראינטערעסריט אין דער געשיכטע פֿון וואַרשעווער געטאָ און וויל זיך אויסלערנען ייִדיש.
איך האָב זיך אויך געלערנט אין ייִװאָ־זומער־פּראָגראַם, װוּ איך האָב זיך באַקענט מיט קאָליאַ באָראָדולין און אַ דאַנק זײַן ברײטהאַריציקײט האָב איך נאָכן זומער געקאָנט זיך באַטייליקן אינעם אָנלײַן־קורס פֿון אַרבעטער־רינג. אין אָט דעם קורס האָב איך „געטראָפֿן‟ אַלאַ מאַרטשענקאָ. אַלאַ איז אַ סאָציאָלאָגיע־פֿאָרשער פֿון אוקראַיִנע. איצט שרײַבט זי בײַ דער “פּוילישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע” איר צװײטע דיסערטאַציע: װעגן חסידים וואָס פֿאָרן הײַנט אויף קבֿר־אָבֿות אין אוקראַיִנע און פּױלן. און צוויי װאָכן נאָך דער ערשטער אָנלײַן־לעקציע האָבן אַלאַ און איך זיך שוין געטראָפֿן פּנים־אל־פּנים. צום ערשטן מאָל װאָס איך האָב גערעדט ייִדיש אין מײַן געבױרן־שטאָט, װאַרשע — אַ חלום!
דערווײַל האָב איך אױך פֿאַרענדיקט איבערזעצן צװײ בריװלעך פֿאַרן 18טן באַנד פֿון עמנואל רינגעלבלומס אַרכיװ. אָן ייִדיש קען איך זיך אָבער ניט באַגײן. האָב איך געטראַכט אַז װען איך געפֿין, סוף־כּל־סוף, עמעצן אין װאַרשע װאָס קען (און װיל) רעדן ייִדיש זאָלן מיר עפּעס טאָן צוזאַמען. האָב איך געפֿרעגט אַלאַ צי װאָלט זי געװאָלט זיך טרעפֿן אײן מאָל אין װאָך און לײענען עפּעס צוזאַמען אױף ייִדיש. זי האָט אַװדאי געזאָגט „יאָ!‟. טרעפֿן מיר זיך איצט יעדן מיטװאָך פּונקט 12 אַזײגער אין אַ קלײנער דירה װוּ מײַן מאַמע פֿירט װאַרשטאַטן װעגן געװאַלד־פֿרײַער קאָמוניקאַציע. די דירה געפֿינט זיך, אַגבֿ, אױף קראָכמאַלנע־גאַס — די זעלבע גאַס װוּ יצחק באַשעװיס זינגער האָט אַ מאָל געװױנט.
איך האָב געמאָלדן װעגן אונדזער נײַעם לײענקרײַז אױף אַ פּאָר ייִדישע גרופּעס און זײַטן אױף פֿײסבוק, און אַזוי האָט זיך טאַקע געשאַפֿן אַ גרופּע. דעם 17טן יאַנואַר איז פֿאָרגעקומען אונדזער ערשטער לייענקרײַז. אַחוץ מיר און אַלאַ זײַנען געקומען אַגאַטאַ מאַלישעװסקאַ (אַ סטודענטקע פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור בײַם װאַרשעװער אוניװערסיטעט) און יאָװיטאַ פּאַנטשיק (אַ סטודענטקע פֿון העברעיִשן לימוד און ייִדישער געשיכטע און קולטור בײַם װאַרשעװער אוניװערסיטעט). מיר זײַנען אױף פֿאַרשידענע ניװאָען. ס׳איז אָבער ניט קײן פּראָבלעם — מיר לערנען זיך צוזאַמען און אײנער פֿונעם אַנדערן.
אױף דער ערשטער טרעפֿונג האָבן מיר געשמועסט װעגן זיך כּדי זיך צו באַקענען און מיר האָבן אָנגעהױבן צו לײענען אַ הומאָרעסקע פֿון דער טונקעלער, „ברוך שפּינאָזאַ אין װאַרשע‟. מיר האַלטן דאָס פֿאַר זײער אַ קאָמישן טעקסט און װילן דאָס פֿאַרענדיקן אין דער קומענדיקער װאָך. דערנאָך װעלן מיר אויסזוכן אַ צווייטן טעקסט. מיר האָבן פֿון װאָס אױסצוקלײַבן: די ביכער און אַנדערע מאַטעריאַלן װאָס מיר האָבן פֿון פֿאַרשידענע זומער־פּראָגראַמען אין װעלכע מיר האָבן אָנטײלגענומען, טעקסטן פֿון אָנלײַן־אַרכיװן, אַרטיקלען פֿון „פֿאָרװערטס‟ און דעם „ביראָבידזשאַנער שטערן‟.
איך האָב הנאה וואָס פֿיר פֿון אונדז װילן זיך טרעפֿן יעדע וואָך כּדי צו שמועסן און לײענען אױף ייִדיש. דערבײַ וויל איך בעטן אונדזערע לייענער וואָס וווינען אין וואַרשע אָדער קומען אַ מאָל אַהער צו גאַסט: אויב איר האָט צײַט מיטװאָך פֿון 12 ביז 14 אַ זײגער און קענט מער־װײניקער פֿליסיק לײענען און רעדן ייִדיש, קומט פֿאַרברענגט מיט אונדז! אַלע פֿאַראינטערעסירטע זאָלן שרײַבן צו אונדז אױף אונדזער פֿײסבוק זײַטל https://www.facebook.com/LeyenKrayzVarshe אָדער מיר שיקן אַ בליצבריװל אױף דעם אַדרעס: karo.pk.wegner@gmail.com
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.