ס׳איז אַ מאָדנע זאַך צו שרײַבן אַ רעצענזיע הײַנט צו טאָג אױף אַ ייִדישן בוך. פֿון אײן זײַט װיל מען װעגן די מעלות און חסרונות, אָנװענדן סטאַנדאַרטן, װײַל ייִדיש מוז האָבן אַ פּנים. פֿאַר װאָס זאָל אַ בוך אױף מאַמע־לשון זײַן נחות־דרגאדיק? צוריקגערעדט װיל מען שטיצן די שאַפֿערס און אַרױסגעבערס, װײַל װען נישט זײ װאָלט דאָך גאָר נישט נישט געװען.
אין דעם פֿאַל איז נאָך בעסער, צי ערגער, װײַל עס גײט די רײד װעגן דרײַ שפּאָגל־נײַע קינדערביכלעך װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אין שװעדן. מע האָט שױן אַרומגערעדט אין כּמה ערטער דעם אױסטערלישן פֿאַקט, װאָס דווקא די שװעדישע רעגירונג שטיצט קולטור־פּראָדוקטן אױף ייִדיש, נאָר ווי זאָגט מען? אַ געשאָנקענעם פֿערד קוקט מען נישט אױף די צײן. נישט שױן זשע זײַנען דאָ גענוג ייִדיש־ביכלעך אין שטוב פֿאַר מײַנע קינדער? האָב איך גלײַך באַשטעלט, און נאָך עטלעכע טעג איז אָנגעקומען אַ פּעקל מיט די דרײַ ביכלעך. פּינקטלעך און פֿאַרלאָזלעך, פֿון דער װײַטער סקאַנדינאַװיע צו מײַן באַלטימאָרער גאַניק.
לאָמיר צו ערשט געבן דאָס װאָרט די לײענערס אַלײן, דאָס הײסט די קינדער. מײַן פֿינף־יאָריקע, אסתּרל, האָט גרינג איבערגעלײענט דאָס פֿילפֿאַרביקע ביכל „די פֿרוכטן“, אַ ברעטביכל װאָס איז באמת געצילעװעט אױף די סאַמע ייִנגסטע. מילא, אפֿשר צו פֿיל אַ שפּילערײַ. נאָר די בילדער האָבן צוגעצױגן איר אױפֿמערק און דאָס װאָרט „קיװי“ האָט זי ביז אַהער אין ערגעץ נישט געטראָפֿן. (אַוודאי װען מיר װאָלטן געהאַט קיװי־פֿרוכטן בײַ זיך אין שטוב…)
„איז דאָס פֿרוכט־ביכל דיר געפֿעלן?“ האָב איך זי געפֿרעגט.
„יאָ, טאַטע.“
דערנאָך האָבן מיר זיך גענומען צום ביכל „דער קראָליק דער קאָסמאָנױט,“ אפֿשר טאַקע פּונקט אָנגעמאָסטן פֿאַר אַ קינדערגאָרטניצע װי מײַן אסתּרל, אַ מעשׂהלע װעגן אַ קראָליק װאָס, ליגנדיק אין בעט, חלומט זיך אים אַ קאָסמאָס־רײַזע. כאָטש איך האָב געזען קנאַפּע מעלות אין דעם ביכל, װעל איך שפּאָרן זײ צו געבן איצט. דער עיקר, מיר האָט זיך געדאַכט אַז זי האָט זיך דערמיט גענודיעט, און די װערטער זײַנען געװען אַ ביסל צו פֿרעמד. „אַ קראָליק איז אַ העזעלע,“ האָב איך דערקלערט, האָט זי צוגעבאָמקעט. „קאָסמאָנױט“ האָב איך אױך געגעבן צו פֿאַרשטײן. קײן גרױסער אָפּרוף פֿון איר האָט זיך נישט אַרױסגעזען.
„װעלכע איז געװען דײַן באַליבסט ביכל?“ האָב איך אַ פֿרעג געטאָן.
„װעגן די טײלן פֿון גוף.“
„פֿאַר װאָס?“
„װײַל ס׳איז װיכטיק צו װיסן די טײלן פֿון גוף,“ האָט זי געענטפֿערט. נו, צו דעם האָב איך נישט קײן טענות.
פּתחיה־אליעזר, אַ צװײ־יאָריק ייִנגעלע אין קאַליפֿאָרניע, האָט אַן אַנדער מיינונג. „ער האָט שטאַרק ליב די פֿרוכטן, און ער איז אױך אינטערעסירט אין דעם קראָליק־ביכל,“ זאָגט זײַן מאַמע, מינע־ליפֿשע װישװאַנאַט. „דאָס אַנאַטאָמיע־ביכל איז צו אַװאַנסירט פֿאַר אים.“
די קינדער האָבן אָגענומען די ביכלעך פֿאַר ליב. װאָס מײנען אָבער די עלטערן? דאָס פֿרוכטביכל איז דאַכט זיך פֿרײַ פֿון גרײַזן, די בילדער זײַנען פֿילפֿאַרביק און שײן. מיט אײן װאָרט: אַ פּאַסיק ביכל פֿאַר פּיצלעך קינדער, צום בײַשפּיל בײַם שלאָפֿן גײן און צוטוליען זיך צו אַ טאַטן צי אַ מאַמען אױפֿן שױס. נאָך אַזעלכע װאָלטן געװען געװוּנטשן, כאָטש אַזױנע קען מען הײַנט גרינג געפֿינען אין די „ספֿרים־סטאָרס‟ אין ברוקלין.
די אַנדערע צװײ זײַנען נישט אַזױ געראָטן. אַ פּאָר גרײַזן װאַרפֿן זיך אין די אױגן אין קראָליק־ביכל, און די גראַמען זײַנען נישט אידיאָמאַטיש און קלינגען דערפֿאַר אַ ביסל אומגעלומפּערט. דאָס אַנאַטאָמיע־ביכל איז נאָך מער מאָדנע. ערשטנס איז דער װערטער־אױסקלײַב אין געוויסע ערטער ממש נישט צו פֿאַרשטײן. װעלכער אָרגאַן איז דער „מין“ װײס איך נישט. (עס װאָלט גראָד געװען אַ נוצלעכע זאַך, אַ ייִדיש קינדער־ביכל זאָל רעדן פּשוט און קלאָר װעגן די געניטאַלן, װײַל איך האָב קײן מאָל נישט געזען װי אַ חסידיש ביכל זאָל דערמאָנען אין זײ. דאָס אָ ביכל איז אָבער אויך נישט געווען קלאָר.) טײל זאַצן זײַנען, װידער, פּשוט נישט אידיאָמאַטיש. „האָבן אַ טעם“ װערט אָנגעגעבן װי אײנער פֿון די פֿינף חושים. און טײל פֿון די אַנאַטאָמישע „פֿאַקטן“ זײַנען נישט קײן פֿאַקטן בכלל, למשל: „אַלע אינעװײניקע אָרגאַנען זײַנען לעבנס־נײטיק“. אָבער נישט אַלץ איז נײטיק. מע קען גאַנץ געזונט לעבן אָן דער בלינדער קישקע, די מאַנדלען און דעם טימוס (טײַמוס). אַ צאָל מענטשן שענקען אַװעק אײן ניר און בלײַבן מיט אײנעם…
מע װיל נישט צו פֿיל קריטיקירן, נאָר די צוויי ביכלעך װאָס באַשטײען פֿון גאַנצע זאַצן לײענען זיך װי אַ ראָבאָט װאָלט זײ אָנגעשריבן. דער פֿאַרלאַג פֿאַרבעט מאַנוסקריפּטן פֿון די מחברים, און מע גיט אַרױס די אױסגאַבעס אין אַ שײנעם פֿאָרמאַט, וויל מען האָפֿן, אַז מע קען באַלד זען נישט נאָר געראָטענע ברעטערביכלעך מיט בילדער פֿאַר די ייִנגסטע קינדער, נאָר אויך ביכלעך פֿאַר עלטערע קינדער מיט אידיאָמאַטישע ייִדישע זאַצן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.