וואָס איז דאָס וואָס מאַכט פֿון אַ מענטש — אַ מענטש: דאָס וואָס ער קען טראַכטן? טראַכטן קענען מיר דאָך אַ דאַנק דעם מוח, אָבער אַ מוח האָבן אויך אַנדערע באַשעפֿענישן און קענען פֿאָרט נישט טראַכטן אויף אַ מענטשלעכן אופֿן. איז מיט וואָס זענען מיר אַנדערש פֿון חיות, בהמות און עופֿות? נאָר דערמיט, וואָס (מיר האַלטן, אַז) מיר האָבן אַ נשמה פֿון גאָט, „אַ פֿונק געטלעכן פֿײַער“ (דזשאָרדזש בערנאַרד שאָו)? דאָס איז גיכער אַ פֿילאָסאָפֿיש־טעאָלאָגישער ענין, נישט פֿאַר מײַנע בידנע כּוחות.
אָבער וועגן די ווערטער וואָס דערמיט רעדט מען אַרום דעם ענין — האָב איך יאָ וואָס צו זאָגן.
דער וואָקאַבולאַר איז דאָ זייער אַ פֿאַרפּלאָנטערטער. דאָס לשון־קודש־שטאַמיקע „נשמה“ נעמט זיך פֿונעם שורש נ־ש־מ, טײַטש „אָטעמען/עטעמען“. בײַ די גרעקן איז „פּסיכע“ טײַטש „נשמה“, נאָר איז אין דער הײַנטיקער וויסנשאַפֿט גיכער פֿאַרבונדן מיטן מוח, פֿרעגט זיך די קשיא: וווּ לאָזט זיך אויס דער מוח ממש און וווּ הייבט זיך אָן די נשמה?
די רוימער, ווידער, האָבן געזאָגט „אַנימאַ“, פֿון אַ שורש וואָס איז בײַ די גרעקן טײַטש „ווינט“, בײַ די רוימער — „אָטעמען“. טשיקאַווע, אַז פֿונעם זעלביקן שורש נעמט זיך אויך animal, כאָטש חיות האָבן, אַ פּנים, נישט קיין נשמה.
דאָס וואָס ס׳טוט זיך בײַ אונדז אין מוח, ווידער, האָט אַ סך טערמינען: עלטערע ווי „שׂכל“ און „זינען“, נײַערע ווי „אינטעליגענץ“, „אינטעלעקט“, „גײַסט“, „באַוווּסטזײַן“, „מענטאַליטעט“. צי אַ מענטש האָט שׂכל אָדער נישט, אַזוי צי אַזוי האָט ער אַ מוח מיט געדאַנקען/מחשבֿות (thoughts), וואָס ער האָט זיי אין זינען אָדער אין געדאַנק (mind). ער האָט אויך אַ גײַסט, נאָר וואָס איז דאָס אַזוינס — דער מוח? די נשמה? די מענטאַליטעט? דאָס געמיט? פֿרעגט מיך בחרם. איינס ווייס איך: אויב דער מוח איז בײַ איינעם נישט נאָרמאַל, זאָגט מען דאָך, אַז ער איז גײַסטיק קראַנק. זײַן גײַסטיק קראַנק, ווידער, איז נישט פּונקט דאָס זעלביקע וואָס נישט זײַן בײַ די קלאָרע געדאַנקען אָדער זײַן אַ משוגענער. איז דער גײַסט אפֿשר יאָ דער מוח?
אַ גײַסט איז דאָך אויך אַ שד, אַ רוח. אויף לשון־קודש איז „רוח“ טײַטש סײַ „ווינט“, סײַ „גײַסט“ — ענלעך צו די גרעקיש־לאַטײַנישע טערמינען. אַ מענטש וואָס איז גײַסטיק קראַנק איז „חולה רוח“; הומאַניסטישע לימודים זענען „מדעי רוח“ — נישט מע שטודירט דעם ווינט, נאָר דעם מענטשלעכן גײַסט.
כּידוע איז אויף ייִדיש אויך פֿאַראַן, אַ שטייגער, „רוחניות“ — אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט די העכערע מדרגות פֿונעם מענטשלעכן לעבן, בשעת „גשמיות“ איז די נידעריקערע — עסן, אָנטאָן, אַ דאַך איבערן קאָפּ.
הייסט עס, אַז כאָטש אַלע באַשעפֿענישן מוזן אָטעמען, בלאָזט דער ווינט אַרײַן אַ נשמה בלויז אין אַ מענטשן אַרײַן, נישט אין קיין אַנדערע באַשעפֿענישן.
אַז מע האָט שוין דערמאָנט דעם ווינט, איז טשיקאַווע, וואָס אויך אין אַנדערע לשונות איז „נשמה“ אויך פֿאַרבונדן מיט אָטעמען. אין טייל ייִדישע מקומות זאָגט מען נישט „אָטעמען“, נאָר „דעכען“, און אויף „שטיקן“ — „דישען“. אָט דער סלאַווישער שורש וואָס איז דער מקור פֿון די דאָזיקע ייִדישע ווערטער נעמט אויך אַרײַן (אויף פּויליש, אַ שטייגער) duch „גײַסט“ (מיט זײַנע עטלעכע טײַטשן) און dusza „נשמה“ — ס׳דעקן זיך פּערפֿעקט די ייִדישע ליבעווערטער „דושעניו“ און „נשמה מײַנע“.
כּדאַי אויך אָנצוּווײַזן, אַז בשעת ווערטער פֿאַר „ווינט“ זענען אַלטע, זענען ווערטער פֿאַר „לופֿט“ נײַע. אָט איז „לופֿט“ אַליין אַ ראַיה דערפֿון: פּוילישע ייִדן רעדן עס טאַקע אַרויס /ליפֿט/, אָבער אוקראַיִנישע זאָגן /לופֿט/, וואָס דאָס איז אַ סימן נײַקייט. ס׳פּוילישע powietrze „לופֿט“ איז אויסגעפֿורעמט געוואָרן פֿונעם עלטערן wiatr „ווינט“; ס׳רוסישע vozdukh שפּאַרט זיך אָן אין dukh „גײַסט“. וועגן לופֿט האָט מען פֿאַר צײַטנס יאָ געוווּסט — די אַמאָליקע האָבן דאָך געוווּסט פֿון פֿיר עלעמענטן: ערד, לופֿט, פֿײַער און וואַסער — אָבער אפֿשר איז דאָס שפּעטער, אינעם עם־הארצישן מיטל־עלטער, גאָר פֿאַרגעסן געוואָרן?
אַ כּלל, אינעם איצטיקן אַרטיקל איז צו יעדן תּירוץ אויפֿגעקומען נאָך צוויי קשיות! אין וואָס ס׳באַשטייט די נשמה ווייסן מיר ווײַטער נישט, אָבער ווי אַזוי אַמאָליקע דורות פֿלעגן דעם ענין אַרומרעדן פֿאַרשטייען מיר שוין אַ ביסל יאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.