אויף די לעקציעס פֿון פּראָפֿ’ חנא שמערוק אין אָפּטייל פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אָנהייב 1960ער יאָרן, האָט געלערנט אַ בינטל סטודענטן, ס’רובֿ יונגע, אָבער פֿון מאָל צו מאָל, פֿלעגט אַרײַנקומען אויף די לעקציעס אַן עלטערער ייִד.
ווי נאָר פּראָפֿ’ שמערוק פֿלעגט דערמאָנען אַ נאָמען פֿון אַ באַקאַנטן שרײַבער, פֿון די וואָס האָבן געלעבט און געשאַפֿן אין 20סטן יאָרהונדערט, פֿלעגט זיך אויפֿשטעלן אָט דער אַלטער ייִד, אויסשטרעקן אַ פֿינגער און מיט אַ וויינענדיקן, ציטערנדיקן קול האָט ער אויסגערופֿן: „איך האָב אים ג ע ק ע נ ט!”, און ער האָט זיך אַוועקגעזעצט.
אויך איך האָב געקענט סוצקעווערן, ווי אַ סטודענט ווען איך האָב געלערנט אין אָפּטייל פֿאַר ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט. דאָס איז געווען אָנבייב 60ער יאָרן.
אַבֿרהם סוצקעווער און חנא שמערוק זענען געווען קרובֿים דורך שמערוקס פֿרוי מירה. בעת מײַן צווייטן לערניאָר האָט דודה עליזה מיר געבראַכט צו חנא שמערוקן אין שטוב, וועמען זי האָט געקענט. מיר זענען געגאַנגען פֿון איר שטוב אויף מטודלה 14 ביז דער עזה גאַס 13, מיר האָבן אויפֿגעעפֿנט אַן אַלטן אײַזערנעם טויער און געטראָטן אויף אַ געפֿלאַסטערטער סטעזשקע, אַ שמאָלער נישט גלײַכער ציל, אַ ביסל צעבראָכן און געלעכערט, ביז מיר זענען דערגאַנגען צו די טרעפּ וואָס פֿירן אַרויפֿצו צו אין אַ בנין פֿון אַ דרײַ שטאָק, אַ גראָער בנין אויסגעבויט מן־הסתּם אין די דרײַסיקער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. מיר זענען אַרויף אויפֿן צווייטן שטאָק, אַ הויכע טיר האָט זיך אויפֿגעעפֿנט און מיר זענען אַרײַן אין אַ שמאָלן קאָרידאָר, בײַ דער לינקער זײַט די קיך און דער באָדצימער, אויף דער רעכטער זײַט – אַ פּאָר צימערן, און בײַם סוף פֿון קאָרידאָר – פּראָפֿ’ שמערוקס אַרבעט־צימער, אייגנטלעך – זײַן ביבליאָטעק. פּראָפֿ’ שמערוק איז געלעגן אַ פֿאַרקילטער אין בעט. אַ מאַן אַרום פֿערציק יאָר אַלט, שיטערע האָר אויפֿן קאָפּ, שאַרפֿע פּנים־שטריכן און טיף אײַנגעזונקענע אויגן, מיט אַ דורכדרינגלעכן בליק פֿון אַן אינטעליגענטן מענטש.
אין יענע יאָרן, אָנהייב 60ער יאָרן, האָט שוין דער אָפּטייל פֿאַר ייִדיש און ייִדישע ליטעראַטור עקזיסטירט אַזוינע צען יאָר, אָנגעפֿירט פֿון פּראָפֿ’ דבֿ סדן. דאָס איז געווען אַ קליינער אָפּטייל מיט געציילטע סטודענטן. די לערער פֿון אָפּטייל האָבן געזוכט מער תּלמידים, און איך בין שוין געווען אַ תּלמיד פֿון פֿילאָסאָפֿיע און סאָציאָלאָגיע בײַם סוף פֿון ערשטן לערניאָר. איך האָב אָבער נישט געקענט פֿאַרגעסן, אַז איך האָב געוואָלט פֿון שטענדיק אָן אויך לערנען יודאַיִסטישע לימודים.
איידער איך האָב עולה געווען האָב איך בדעה געהאַט צו שטודירן פֿילאָסאָפֿיע און תּנך. אָבער אויף דער שיף האָב איך געהאַט אין קעשענע בלויז 10 דאָלאַר און איך האָב געמוזט קלערן פֿון וואָס וועל איך לעבן אין הייליקן לאַנד. איך האָב זיך נישט געקענט פֿאָרשטעלן ווי אַזוי אַרום וועל איך מאַכן אַ לעבן ווי אַ לערער פֿון פֿילאָסאָפֿיע און תּנך. דער דראַנג זיך צו לערנען די צוויי געביטן איז געקומען פֿון אַ מין אינטעלעקטועלן נײַגער, אָבער נישט צוליב פּרנסה־ענינים. דערפֿאַר האָב איך געמאַכט אַ פּשרה און גלײַך ווי איך האָב באַטראָטן ארץ־ישׂראל, האָב איך מוותר געווען אויף די תּנך־לימודים און געגאַנגען שטודירן פֿילאָסאָפֿיע און סאָציאָלאָגיע. דאָס איז געווען אַ גראָבער טעות!
דער אָפּטייל פֿאַר סאָציאָלאָגיע איז געווען פֿולקום אַן אַנטיהיסטאָרישער אָפּטייל, און דער אָפּטייל פֿאַר פֿילאָסאָפֿיע איז געווען באַוועלטיקט פֿון פּראָפֿ’ נתן ראָטענשטרײַך, מיט וועמען איך האָב נישט געפֿונען קיין שום בשותּפֿותדיקע שפּראַך אָדער פֿאַרשטענדעניש. אָבער מײַן דורשט צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי פֿונקציאָנירן געזעלשאַפֿטן און מענטשלעכע אָרגאַניזאַציעס בכלל און פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט בפֿרט, אַ געזעלשאַפֿט וואָס האַלט ערשט דעמאָלט אין אויפֿבויען זיך, און מײַן נײַגער זיך צו באַקענען מיט דעם פֿילאָסאָפֿישן געדאַנק פֿון אַלע דורות, האָבן מיר אָפּגעהאַלטן צו קומען צו פּראַקטישע באַשלוסן, און איך האָב זיך אַרײַנגעלאָזט אין די לימודים פֿון ערשטן יאָר אוניווערסיטעט. איך האָב זיך אָבער נישט געקענט אײַנהאַלטן און נישט וואַרפֿן אַ בליק אויף די יודאַיִסטישע לימודים, אין וועלכע איך בין געווען אײַנגעטונקען זינט מײַן קינדהייט.
אין יענע יאָרן, אָנהייב 60ער יאָרן, איז יעדער סטודענט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט געווען מחויבֿ צו הערן אַ קורס פֿון יודאַיִסטיק, כּדי ער זאָל זײַן „באַהאַוונט” אויך אין ייִדישקייט. האָב איך דערפֿאַר אויסגעקליבן צו הערן אַ מאַסנקורס געלערנט פֿון דבֿ סדן, וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. זײַענדיק פֿאַרנומען מיטן הו־האַ, לויפֿנדיק פֿון איין קורס צום צווייטן פֿון צוויי עיקר־אָפּטיילן (פֿילאָסאָפֿיע און סאָציאָלאָגיע), פֿאַרנומען מיט איבערלייענען די געפֿאָדערטע ביבליאָגראַפֿיע און צוגרייטנדיק זיך צו די עקזאַמענעס פֿון סוף־יאָר – איז מיר נישט געבליבן קיין פֿרײַע צײַט זיך צוצוגרייטן פֿאַרן עקזאַמען פֿון קורס בײַ דבֿ סדנען.
סוף־יאָר בין איך געקומען צום עקזאַמען אָן לערנען די סוגיה. צווישן די גרעסערע פֿראַגעס וואָס מע האָט באַדאַרפֿט ענטפֿערן, איז געווען אַ פֿראַגע וועגן די ראָמאַנען פֿון שלום אַשן, וועגן זײַן טרילאָגיע פּעטערבורג, וואַרשע, מאָסקווע, וואָס איך האָב נאָך געהאַט געלייענט אין אַרגענטינע. איך האָב געשריבן דאָס וואָס איך האָב געשריבן, און צו מײַן דערשטוינונג האָב איך באַקומען דעם העכסטן צייכן: „מעולה” — דער העכסטער וואָס איך האָב יענעם יאָר באַקומען, אין מײַן ערשטן לערניאָר אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט. דערפֿאַר האָב איך בעתן צווייטן יאָר פֿון מײַנע לימודים שטודירט אין דרײַ אָפּטיילן: סאָציאָלאָגיע, פֿילאָסאָפֿיע און ייִדיש.
מײַן וויזיט בײַ פֿראָפֿ’ שמערוקן אין שטוב איז געווען אַ צוגרייטונג צו מײַנע ייִדיש־לימודים. מיר זײַנען געווען פֿינף נײַע סטודענטן אין אָפּטייל פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בעתן לערניאָר 1961 – 1962. צווישן זיי: יהודה עופֿר (הירשפֿעלד) ע”ה, שמואל בילאָטינסקי, מירה רפֿאלאָוויטש ע”ה, און אַריה פּילאָווסקי.
אַנומלט האָבן זיך באַוויזן אַבֿרהם סוצקעווער און חנא שמערוק אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים, וווּ איך האָב געאַרבעט ווי אַ פֿאָרשער און סעקרעטאַר פֿון „מענדעלע־פּראָיעקט‟ (מפעל מנדלי), און זיי האָבן מיר פֿײַערלעך געמאָלדן אַז לויט אַ הסכּם צווישן זיי – דער ערשטער תּלמיד פֿון ייִדיש־אָפּטייל וואָס וועט באַקומען דעם העכסטן צייכן פֿאַר זײַנע באַקאַלאַווער־לימודים דאָרט, וועט באַקומען אַ מתּנה, די צוויי בענד פּאָעטישע ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעזיע. און טאַקע באַלד, אָן קיין שום צערעמאָניעס, האָט אַבֿרהם סוצקעווער מיר דערלאַנגט די צוויי בענד מיט אַ דעדיקאַציע: „פֿאַר יחיאל שיינטוך, אַן אויסדרוק פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און אָנערקענונג, סוצקעווער”.
ווען איך האָב זיך געקליבן אָנצושרײַבן אַ דיסערטאַציע וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור געשאַפֿן אין די געטאָס און לאַגערן בעתן אומקום, האָב איך פֿאַרפֿאַסט אַ באַזונדערן קאַפּיטל וועגן סוצקעווערס שאַפֿן אין ווילנער געטאָ און אין וואַלד. בין איך געקומען צו סוצקעווערן אין שטוב זיך דורכשמועסן מיט אים וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דאָס איז געווען אין יאָר 1971. סוצקעווער איז דאַן געווען דער עיקר בײַ זיך אין שטוב אויף דער גאַס משה שרת 20 אין תּל־אָבֿיבֿ, אָנגעלענט לײַכט אויף אַ סאָפֿע, און זיך געפֿילט קראַנק, אָבער איז געווען גרייט צו ענטפֿערן אויף מײַנע פֿראַגעס. דעם אינטערוויו האָב איך רעקאָרדירט.
בײַ איינער פֿון אונדזערע שפּעטערדיקע טרעפֿונגען האָב איך באַקומען פֿון אים די אויטענטישע כּתבֿ־ידן פֿון זײַנע לידער געשריבן אין ווילנער געטאָ. אין אַ צײַט אַרום האָב איך אָנגעשריבן 200 זײַטן וועגן סוצקעווערס פּאָעזיע געשריבן אין געטאָ ווילנע, אויפֿן סמך פֿון די אויטענטישע כּתבֿ־ידן וואָס ער האָט מיר געגעבן. אין ווײַטערדיקע טרעפֿונגען מיט אים האָב איך באַקומען נאָך אַ מתּנה, זײַן בוך לידער „די פֿידלרויז‟ מיט אַ דעדיקאַציע: „פֿאַר יחיאל שיינטוך, וואָס פֿאָלגט נאָך די סלידן פֿון מײַנע כּתבֿ־ידן, אַבֿרהם סוצקעווער”. כּדי זײַן אויפֿריכטיק ביזן סוף, בתּמימות און גוטן ווילן, האָב איך אַוועקגעשיקט סוצקעווערן דעם קאַפּיטל וואָס איך האָב אָנגעשריבן וועגן זײַן שאַפֿן אין ווילנער געטאָ. אָט דער קאַפּיטל האָט באַדאַרפֿט ווערן אַ טייל פֿון מײַן דאָקטאָראַט. די 28 יאָר וואָס זײַנען געלעגן צווישן אונדז זײַנען געווען אַ גענעראַציע־שלאַבאַן, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם אַזוי אַנדערשדיקן אָפּשטאַם פֿון אונדז ביידן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס מיר זײַנען ביידע פֿאַרברענטע ליטוואַקעס. ער – צוליב זײַן אָפּשטאַם און געבוירן־אָרט און איך – צוליב מײַן שייכות צו דער שטאָט פּינסק וווּ מײַן מוטער איז געבוירן געוואָרן.
פּראָפֿ’ דבֿ סדן האָט אַמאָל געטראָפֿן אַ משפּחה־פֿרײַנד פֿון אונדזער פֿאַמיליע, און ער האָט אים געזאָגט: „יחיאל שיינטוך איז אַ גרויסער עקשן, דאָס איז זײַן כּוח און דאָס איז אויך זײַן חולשה.‟ ווי באַוווּסט, זײַנען ליטוואַקעס גרויסע עקשנים, און אַבֿרהם סוצקעווער – מער ווי אַלע. דאָס האָט נישט געהאָלפֿן צו לינדערן אונדזערע קעגנזײַטיקע באַציִונגען. ביז דעם ווײַטער דערמאָנטן אינצידענט, זײַנען אונדזערע באַציִונגען געווען קאָרעקטע און אַפֿילו פֿרײַנדלעכע.
סוף זעכציקער יאָרן האָב איך אָפּגעדרוקט אין „די גאָלדענע קייט‟ אונטער דער רעדאַקציע פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, אַן אַרטיקל וועגן מײַנע ייִדיש־קלאַסן אין מיטלשול פֿון קריית חיים, אין צפֿון־לאַנד צווישן די יאָרן 1966 – 1968, וווּ מע האָט צום ערשטן מאָל אין מיטעלן־מיזרח געלערנט די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור. אין יאָר 1975 האָט זיך עפּעס איבערגעקערט אין די באַציִונגען צווישן מיר און אַבֿרהם סוצקעווער.
אַ קורצע צײַט נאָך דעם ווי אַבֿרהם סוצקעווער האָט פֿון מיר באַקומען אַ כּתבֿ־יד פֿון 200 זײַטן וועגן זײַן פּאָעזיע געשריבן אין ווילנער געטאָ און אין וואַלד, האָט ער מיר אָנגעקלונגען פֿון תּל־אָבֿיבֿ און מיר געבעטן זיך טרעפֿן אין ירושלים, אין „קאַפֿע נאוה‟ אויף דער יפֿו גאַס נומער 44, וואָס פֿריִער. סוצקעווערס שטים אויפֿן טעלעפֿאָן איז געווען גרוי־קבֿרדיק, און האָט נישט פֿאָרגעזאָגט קיין גוטס. יענעם פֿרימאָרגן האָט ער זיך מטריח געווען און אַרויסגעפֿאָרן מיט אַ טאַקסי פֿון תּל־אָבֿיבֿ ביז ירושלים, כּדי זיך טרעפֿן מיט מיר פּערזענלעך. דאָס האָט מיר אויסגעזען אַן אומגעוויינלעכער שריט פֿון דעם באַקאַנטן און פֿאַרנומענעם רעדאַקטאָר פֿון „די גאָלדענע קייט‟, אַ שטענדיקער קאַפֿע־זיצער אין די תּל־אָבֿיבֿער קאַפֿעהײַזער. דאָס אַלץ האָט מיר אויסגעזען מאָדנע, נעמענדיק אין באַטראַכט וואָס פֿאַר אַ מהלך עס האָט געהערשט צווישן אַ קאָריפֿיי פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע און אַ געזעלשאַפֿט־מענטש און צווישן אַזאַ מין תּלמיד ווי איך, אַפֿילו ווען שוין אַ האַלבער דאָקטאָראַנט אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
איך האָב נישט געוווּסט וואָס צו טראַכטן, און פֿאַר וואָס סוצקעווער קומט קיין ירושלים אַנשטאָט בעטן בײַ מיר צו פֿאָרן קיין תּל־אָבֿיבֿ.
איך בין געקומען צו דער צײַט זיך טרעפֿן מיט סוצקעווערן אין „קאַפֿע נאוה‟. איך בין אַרײַן אין קאַפֿע און געזוכט מיטן בליק צי סוצקעווער איז שוין געקומען. טיף אינעווייניק, בײַ אַ קליינעם טישל איז געזעסן אַבֿרהם סוצקעווער. זײַן פּנים איז געווען גרוי ווי אַש, זײַן פֿינצטערער בליק האָט נישט צוגעזאָגט קיין גוטס, זײַן ערנסטער פּנים איז געווען אומבאַוועגלעך. איך בין צוגעגאַנגען, זיך אַוועקגעזעצט און געשוויגן. איך בין געווען גרייט זיך צוצוהערן צו דעם וואָס ער האָט צו זאָגן. ער האָט מיר באַטראַכט במשך פֿון אַ פּאָר סעקונדן און דעמאָלט האָט ער אָנגעהויבן צו ריידן מיט אַ קול ווי פֿון אַ טיפֿער הייל: „איך האָב איבערגעלייענט דעם כּתבֿ־יד אײַערן וועגן מיר. און איך פֿאַרווער אײַך אים צוצושטעלן ווי אַ טייל פֿון אײַער דאָקטאָראַט, אַפֿילו נישט איין איינצלנע קאָמע פֿון די ווילנער כּתבֿ־ידן וואָס איך האָב אײַך געגעבן. איך פֿאַרווער אײַך צו ציטירן עפּעס וואָס פֿון דעם וואָס איך האָב געשריבן אין ווילנער געטאָ און אין וואַלד. איך פֿאָדער בײַ אײַך איר זאָלט זיך פֿאַרפֿליכטן שריפֿטלעך, אַז איר וועט אַזוי טאָן”.
איך געדענק נישט אויב איך בין טאַקע געווען דערשיטערט, אָדער אָנגענומען סוצקעווערס פֿאָדערונגען ווי אַ מוז וואָס איז צו פֿאַרשטיין און אָנצונעמען אָן רעזערוואַציעס, עלעהיי עס איז אַ נאַטור־פֿענאָמען קעגן וועלכן עס איז נישטאָ וואָס צו טאָן.
איך האָב צוגעזאָגט אָנצושרײַבן סוצקעווערן אַ בריוו, לויט ווי ער פֿאָדערט. געענדיקט צו זאָגן, האָט ער מיר געפֿרעגט: „אויב אַזוי, צי זײַט איר גרייט אָנשרײַבן אין אײַער דאָקטאָראַט אַ חיבור וועגן מיר און מײַן פּאָעזיע לויט מײַנע געדרוקטע לידער פֿון דער אומקום־תּקופֿה וואָס איך האָב פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך דער מלחמה, ווײַל איר ווייסט דאָך אַז אויך בײַ די לידער פֿון דער אומקום־תּקופֿה וואָס איך האָב אָפּגעדרוקט, זײַנען פֿאַראַן, ווערן אָנגעגעבן דאַטעס פֿון די מלחמה־יאָרן?”.
אויף סוצקעווערס פֿראַגע האָב איך אָפּגעענטפֿערט איפּסאָ־פֿאַקטאָ, אַז פֿון אַ מעטאָדאָלאָגישן שטאַנדפּונקט, פֿאַרנעמט זיך מײַן דאָקטאָראַט מיט אויטענטישע כּתבֿ־ידן וואָס זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין געטאָס און לאַגערן פֿון ייִדן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. איך האָב צוגעגעבן אַז אַלע מײַנע אויספֿירן און מסקנות אין אַזאַ חיבור, שטיצן זיך אויף אָט דעם מעטאָדאָלאָגישן פּרינציפּ. מײַן דאָקטאָראַט פֿאַרנעמט זיך נישט מיט טעקסטן וואָס זענען קאָרעגירט געוואָרן, איבערגעביטן געוואָרן און אָפּגעדרוקט געוואָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
„אויב אַזוי”, האָט סוצקעווער אַ פֿרעג געטאָן בײַ מיר נאָך אַ ווײַלע שווײַגן: „איז ווי וועט איר שרײַבן וועגן מײַן שאַפֿן אין ווילנער געטאָ און אין וואַלד?”, האָב איך געענטפֿערט: „איך וועל נישט שרײַבן, איר און אײַער שאַפֿן אין געטאָ וועלן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ פֿוסנאָטע (הערה) אין דעם אַרײַנפֿיר צו מײַן דיסערטאַציע”.
איך האָב באַגלייט סוצקעווערן צו דער טאַקסי־סטאַנציע, קעגנאיבערן קאַפֿעהויז אויף דער יפֿו גאַס לעבן דעם שיכגעשעפֿט פֿון „באַקשי”, וווּ איך פֿלעג קויפֿן שיך מיט פּאָדעשוועס פֿון קרעפּ (שיך אָן אַ סקריפּ).
אַזוי ווי מיר שטייען אויפֿן טראָטואַר און וואַרטן, די אויטאָמאָבילן אויף דער יפֿו גאַס זאָלן אויפֿהערן ראָלן און מיר זאָלן קענען אַריבערגיין אויף דער צווייטער זײַט, האָט זיך אַרויסגעכאַפּט בײַ סוצקעווערן אָט וואָס: „חנא שמערוק האָט מיר געזאָגט, אַז אײַער חיבור וועגן מיר איז דאָס בעסטע וואָס איז ווען עס איז אָנגעשריבן געוואָרן וועגן מײַן פּאָעזיע” — און איז אַנטשוויגן געוואָרן. די אויטאָמאָבילן זײַנען געפֿאָרן אַהין און אַהער און איך האָב אויך געשוויגן.
אַ קורצע צײַט שפּעטער האָב איך אָפּגעשיקט סוצקעווערן דעם געפֿאָדערטן בריוו.
פֿון דעמאָלט אָן און במשך די קומענדיקע אַכט יאָר (מיר האָבן דאָך שוין דערמאָנט אַז דבֿ סדן האָט מיר אָנגערופֿן עקשן), האָב איך זיך דורכגעשריבן מיט אַבֿרהם סוצקעווערן דער עיקר וועגן אָט דעם ענין – ער זאָל באַוויליקן אָפּצודרוקן און אַנאַליזירן זײַנע געטאָ און וואַלדלידער. סוצקעווער האָט זיך פֿון זײַן זײַט אויך פֿאַרעקשנט און האָט זיך נישט געלאָזן, כּמעט ביז צום סוף.
וועגן וואָס איז עס געגאַנגען? במשך יענע אַלע יאָרן האָב איך געקלערט: פֿאַר וואָס וויל נישט אַבֿרהם סוצקעווער אָפּדרוקן זײַנע כּתבֿ־ידן פֿון ווילנער געטאָ? דורכשרײַבנדיק זיך מיט אים, האָב איך פֿאַרשטאַנען, ווי סוצקעווער האָט זיך אויסגעדריקט, אַז „זיך צוקוקן צו יענע כּתבֿ־ידן וואָס זײַנען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט” מיינט פֿאַר אים ווי ער וואָלט אַרײַנגעקוקט „אין אַן אָפֿענעם קבֿר”. אָט די כּתבֿ־ידן האָבן, ווי עס זעט אויס, אים דערמאָנט די טעג און יאָרן וואָס ער און זײַן משפּחה האָבן איבערגעלעבט אין פֿיזישער און גײַסטיקער ענגעניש. נאָך עפּעס האָב איך פֿאַרשטאַנען בעת אונדזער בריוואויסטויש, אַז סוצקעווער איז אַ פּאָעט פֿאַר וועמען די עסטעטישע שטרעבונג זיך דערהייבן צו די הייכן פֿון דער סובלימאַציע פֿון די לײַדן, האָט די ערשטע פּריאָריטעט. יעדער אַנדערע מעגלעכקייט, ווי, למשל, זיך רעכענען מיט דער וויכטיקייט פֿון אַ ליטעראַרישן טעקסט, דער באַטײַט פֿון זײַן שעפֿערישער געשיכטע און דער היסטאָרישער קאָנטעקסט אין וועלכן ער איז געשאַפֿן געוואָרן – דאָס זײַנען אַלע סעקונדאַרע אַספּעקטן פֿון זײַן שאַפֿן, און האָבן נישט קיין גענוגנדיקע וואָג פֿאַר אים ווי אַ פּאָעט.
במשך פֿון 37 יאָר האָט אַבֿרהם סוצקעווער נישט אָפּגעדרוקט קיין איינעם פֿון זײַנע געטאָ-כּתבֿ־ידן לויט ווי ער האָט זיי געשריבן אין געטאָ. צום סוף, אין יאָר 1979, האָט ער באַוויליקט און די געשיכטע איז אַזאַ: איין מאָל האָט ער מיר געזאָגט, אַז דאָס וואָס איך האָב געשריבן וועגן איינעם פֿון זײַנע ערשטע לידער וואָס ער האָט פֿאַרפֿאַסט אין אַ באַהעלטעניש בעת דער נאַצי־אַקופּאַציע פֿון ווילנע – זײַן ליד „דער צירק”, האָט ער איבערגעלייענט און ער גלייבט אַז איך מעג מײַן אַרבעט וועגן ליד צוזאַמען מיטן כּתבֿ־יד – אָפּדרוקן (זע: יחיאל שיינטוך, „די ביאָגראַפֿיע פֿון ליד ‘דער צירק’”, בתוך: ייחוס פֿון ליד/ייחוסו של שיר: לכּבוד אַבֿרהם סוצקעווער, תּל־אָבֿיבֿ, יובֿל־קאָמיטעט, 1983, זײַטן 258 – 279). און טאַקע, אין יאָר 1979 איז דערשינען אַ דין ביכעלע מיטן נאָמען „די ערשטע נאַכט אין געטאָ‟, מיט אַ ריי פֿראַגמענטן פֿון סוצקעווערס טעקסטן פֿון ווילנער געטאָ, צוזאַמען מיטן פֿולן נוסח פֿון דעם כּתבֿ־יד פֿון געטאָ־ליד „דער צירק”.
סוצקעווערס שטעכיקער חוש פֿאַר הומאָר איז אַ באַוווּסטע זאַך. ווען סוצקעווער פֿלעגט זײַן גוט געשטימט, איז אַ פֿאַרגעניגן געווען צו זײַן מיט אים. איז הערט אַ מעשׂה: אַנומלט בין איך געקומען קיין תּל־אָבֿיבֿ זיך צו טרעפֿן מיט אים. איך בין געקומען אים בעטן אַ פּאָר בענד פֿון זײַן פּאָעזיע – די ביידע בענדער פֿון זײַנע „פּאָעטישע ווערק‟ (1963), אַ ריי עקזעמפּלאַרן פֿאַר מײַנע תּלמידים אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, פֿאַר אַ קורס וועגן זײַן שאַפֿן וואָס איך האָב זיך געגרייט דורכצופֿירן. מיר זײַנען געזעסן און געשמועסט וועגן וואַזשנע מאַטעריעס. סוצקעווער האָט ציטירט אויף אויסנווייניק ה. לייוויקס פּאָעזיע, און ער האָט אַרײַנגעלייגט פֿינף עקזעמפּלאַרן פֿון זײַן בוך, אין צוויי זעקלעך פֿאַר מיר. ווען איך האָב זיך אויפֿגעשטעלט, גרייט זיך צו געזעגענען, און אין ביידע הענט האָב איך געהאַלטן די צוויי שווערע זעקלעך – האָט סוצקעווער אויף מיר אַ קוק געטאָן, ער האָט אויף מיר אָנגעוויזן, און האָט אַרויסגערעדט מיט אַ ווויליונגערישן שמייכל: „אַ קולטור־טרעגער!”. ווערטלעך איבערגעזעצט, דער וואָס טראָגט שווערע מאַסעס (טרעגער), אָדער אין אַ פֿיגוראַטיוון זין – אַ קולטור־עסקן (קולטור־טרעגער).
אָט דער הומאָריסטישער שאַרפֿזין איז מיר געפֿעלן אויף אַזוי פֿיל, אַז ביז הײַנט צו טאָג דערצייל איך אָבער און ווידער אָט דעם אַנעקדאָט. סוצקעווערס אַרויסזאָג האָט געמיינט אַז דאָס וואָס איך האָב געהאַלטן אין ביידע הענט – דאָס איז די ייִדישע קולטור אין גאַנצן. אַזאַ מין מעגלעכער פּירוש באַדערט מיר עד־היום, ווײַל ווילנע און אירע שאַפֿער איז ניט באַשרענקט נאָר אין די ראַמען פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס שאַפֿן, וואָס איז טאַקע ביז גאָר וויכטיק, אָבער נישט די איינציקע קולטור־ירושה פֿון ווילנע.
סוצקעווער רעפּרעזענטירט טאַקע די וועלטישע ווילנע, דאָס בעסטע פֿון דער מאָדערניסטישער גרופּע פּאָעטן פֿון „יונג ווילנע” צווישן ביידע וועלט־מלחמות, אָבער די ווילנע פֿון חזון איש און די בני־תּורה און די ליטווישע תּלמידי־חכמים, האָבן באַקומען זייער ליטעראַרישער תּיקון אין דער שאַפֿונג אין פּראָזע און פּאָעזיע בײַ חיים גראַדען, סוצקעווערס חבֿר נאָך אין די יאָרן פֿון „יונג ווילנע”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.