פּרעה האָט געשאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וואָס האָט אויסגעזען סטאַביל. זײַן סיסטעם איז אָבער געווען טיף אומיושרדיק, באַגרינדעט אויף שקלאַפֿערײַ. אַדרבה, די חז״ל דערקלערן אונדז, אַז די גאַנצע וועלט איז סטאַביליזירט געוואָרן, ווען די נאַטור אַליין איז אויפֿגעשטאַנען קעגן דעם מיצרישן אומיושר.
הגם די מכּות זענען געווען איבערנאַטירלעכע געשעענישן, איז דורך זיי אַנטפּלעקט געוואָרן די אמתע וועלט, וווּ דאָס רישעות איז באַשטראָפֿט געוואָרן און דער יושר האָט געוווּנען. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן אַן אַנדער געשעעניש: די מתּן־תּורה. די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן, כּדי ייִדן זאָלן מקבל זײַן אויפֿן באַרג סיני די הייליקע תּורה פֿונעם אייבערשטן.
אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט עס ווי אַ מין „נאַציאָנאַליסטישע‟ מעשׂה. די גרויסע מיצרישע אימפּעריע איז באַשטראָפֿט געוואָרן דורך משונהדיקע מכּות בלויז צוליב די ייִדן – אַ קליינע גרופּע מענטשן, וואָס צוליב זיי עקזיסטירט די גאַנצע וועלט. ס׳איז מערקווירדיק אָבער, אַז אונדזער פּרשה טראָגט דעם נאָמען פֿון יתרו, משה רבינוס שווער, לכתּחילה נישט קיין ייִד, וועלכער האָט זיך שפּעטער מגייר געווען.
ווען יתרו איז געווויר געוואָרן וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק, איז ער געקומען אינעם מידבר צוזאַמען מיט משהס ווײַב, צפּורה, און זײַנע צוויי זין, גרשום און אליעזר. אַ ריי קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז משה רבינוס משפּחה איז געווען אַ שוואַרץ־הויטיקע, פֿון אַפֿריקע.
דאַכט זיך, האָב איך אין די הײַנטיקע פֿרומע קינדער־ביכלעך קיינמאָל נישט געזען דעם דאָזיקן מאָמענט, וואָס דערמאָנט אונדז אינעם אוניווערסאַלן כאַראַקטער פֿון דער סדרה. אין די פֿרומע קינדער־ביכלעך זעט יתרו אויס, געוויינטלעך, ווי אַ היימישער ייִדיש־רעדנדיקער ייִד – זיכער אַ ווײַסער – מיט אַ שטרײַמל. פֿאַרשטייט זיך, איז עס נישט קיין חידוש פֿאַר יעדן דערוואַקסענעם לייענער, אַז אַזאַ אימאַזש איז אַן אַנאַכראָניזם אָבער דאָס איז די בילד־ווערסיע וואָס די הײַנטיקע חסידישע קינדער באַקומען.
יתרו האָט דערזען, אַז אַלע ייִדן קומען צו משה רבינו מיט זייערע שאלות און טענות. כּדי צו העלפֿן זײַן איידעם, האָט ער פֿאָרגעלייגט אויסצוקלײַבן די בעסטע דיינים, וואָס קענען שוין די תּורה, האָבן נישט קיין תּאווה צו געלט און שטרעבן צום יושר. שפּעטער, האָט דער אייבערשטער אַליין אָנגעזאָגט משה רבינו אַרײַנצושרײַבן יתרוס עצה ווי אַ מיצווה אין דער הייליקער תּורה.
ס׳איז מערקווירדיק און באַלערנדיק צו געדענקען, אַז די פּרשה, וווּ עס גייט די רייד וועגן דער מתּן־תּורה, טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ שוואַרצן גוי, וועלכער האָט זיך מגייר געווען; זײַנע עצות ווערן דערמאָנט אין אונדזער פּרשה אַפֿילו פֿאַר די עשׂרת־הדברות. הגם די תּורה־הקדושה ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ ספּעציפֿיש־ייִדישע ירושה, זעען מיר דאָ אַ בפֿירוש אוניווערסאַלן עלעמענט.
די חז״ל זאָגן, אַז משהס שווער – נישט געקוקט אויף דעם, וואָס לכתּחילה איז ער געווען אַ זײַטיקער מענטש – האָט זוכה געווען צוצוגעבן די גאַנצע הײַנטיקע פּרשה צו דער תּורה. על־פּי מדרש, האָט יתרו פֿריִער געהייסן יתר; נאָך זײַן גיירות איז זײַן נאָמען געוואָרן יתרו, מיט אַ וואָוו, ווי אַ סימן פֿון זײַן באַטייליקונג אין דער תּורה. די גימטריא פֿונעם נאָמען יתרו איז 616 — אַזוי ווי אינעם וואָרט „התּורה‟. פֿאַר גיור איז זײַן נאָמען, יתר, געווען בגימטריא 610. בסך־הכּל, באַקומט זיך, אַז צווישן זײַן פֿריִערדיקן און נײַעם נאָמען באַקומט זיך צוויי מאָל 613 – די תּרי״ג מיצוות. הגם יתרו איז לכתּחילה נישט געווען קיין ייִד, איז זײַן פֿריִערדיקער נאָמען פֿאַראייביקט געוואָרן ווי אַ רמז אויף די מיצוות.
אַזוי צי אַזוי, זעען מיר, אַז אַ גאַנצע פּרשה אין דער תּורה – און דווקא די, וואָס דערציילט וועגן דער מתּן־תּורה גופֿא – איז אָנגערופֿן געוואָרן לכּבֿוד אַ מענטש, וועלכער איז לכתּחילה געקומען פֿון דער זײַט, אָבער געגעבן אַן עצה, וועלכע איז באַשטעטיקט געוואָרן דורכן באַשעפֿער אַליין אין דער הייליקער תּורה. הגם מיר מעגן באַטראַכטן די תּורה־הקדושה ווי אַ ספּעציפֿיש ייִדישע ירושה, שטעקט אין איר אויך אַן אַלמענטשלעכער תּוכן.
ווען מע האָט מפֿרסם געווען, אַז באַראַק אָבאָמאַ, דער געוועזענער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, האָט געוווּנען די וואַלן, בין איך געשטאַנען אויף דער אויטאָבוס־סטאַנציע אין מאָנסי, וואַרטנדיק אויפֿן אויטאָבוס קיין מאַנהעטן. איינער אַ ייִד מיט אַ שיינעם ביבערהוט איז צוגעקומען צו מיר און אָנגעהויבן זיך באַקלאָגן, אַז די „מאָנקי‟ וועט איצט זיצן אינעם „ווײַסן הויז‟. דאָס ייִדישע וואָרט „מאַלפּע‟ האָט ער, צום בעסטן אָדער צו ערגסטן, נישט געקענט. די עקלדיקע מיואסע ווערטער האָבן מיך איבערראַשט און איך האָב דערמאָנט דעם פּאַרשוין, אַז משה רבינוס שווער, ווײַב און קינדער זענען געווען שוואַרצע. ווען דער חסיד האָט עס דערהערט, האָט ער מיט מיר מער נישט געוואָלט רעדן.
מיט אַ סך יאָר צוריק האָב איך געשמועסט מיט אַן עלטערער ייִדענע פֿון אונגערן – אַ חנעוודיקע, אָבער נישט־געבילדעטע פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה. זי האָט געטענהט, אַז אַמאָל האָט זי געזען אַ שוואַרצן גר – וואָס פֿאַר אַ סקאַנדאַל, אַפּנים האָט אַ „טרייפֿענער‟ בית־דין אים מגייר געווען! דעמאָלט האָב איך אויך דערמאָנט משה רבינוס משפּחה. די פֿרוי האָט זיך ממש איבערגעשראָקן, דערפֿאַר האָב איך באַשלאָסן איבערצורײַסן דעם שמועס.
ווען מײַנער אַ חבֿר, אַ חסידישער ייִדיש־רעדנדיקער ייִד, האָט חתונה געהאַט מיט אַ שוואַרצער גיורת, האָט זײַן משפּחה בכלל נישט געוואָלט קומען אויף דער חתונה. במשך פֿון דער צײַט, האָבן די טאַטע־מאַמע ביסלעכווײַז אָנגענומען די שניר.
אי מצרים, אי מדין, וווּ יתרו איז געבוירן געוואָרן, זענען אוראַלטע אַפֿריקאַנער לענדער. אַוודאי, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, האָבן די אַמאָליקע ייִדן, שוין אָפּגערעדט פֿון די דעמאָלטיקע גרים, נישט אויסגעזען ווי ווײַסע אייראָפּעער. אַזוי צי אַזוי, זאָגט אונדז די תּורה צו זײַן, קודם־כּל, אַ מענטש און אָפּצושאַצן די גאַנצע מענטשהייט; דערנאָך קאָן מען זיך פֿאָקוסירן אויף ספּעציפֿיש ייִדישע ענינים.
יעדער יחיד און יעדע גרופּע מענטשן האָבן אַן אוניקאַלן צוועק און אַן אייגענעם אַספּעקט פֿון אויסדערוויילטקייט, ווי דער געוועזענער בריטישער הויפּט־רבֿ יונתן סאַקס דערקלערט אין זײַן בוך „די ווערט פֿון פֿאַרשיידנקייט‟ (The Dignity of Difference). פֿון דער פֿאָלקלאָריסטישער פּערספּעקטיוו, קאָן זײַן חנעוודיק זיך פֿאָרצושטעלן, אַז יתרו האָט געטראָגן אַ שטרײַמל און צפּורה איז געגאַנגען מיט אַ שייטל צי אַ שפּיצל, ווי אַן עכטע חסידישע פֿרוי. מילא, פֿאַר קליינע קינדער קאָן עס קלינגען ווי אַ שיינע מעשׂה. אַ דערוואַקסענער דאַרף אָבער פֿאַרשטיין, אַז די גײַסטיקע אוצרות פֿון ייִדישקייט שטאַמען, אין אַ גרויסער מאָס, דווקא פֿון אוניווערסאַליזם און פֿאַרשיידנאַרטיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.