ווידעאָ: אײַנשטײַנס רעלאַטיוויטעט־טעאָריע אויף ייִדיש

Video: Einstein's Theory of Relativity in Yiddish

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 02, 2018.

אין טאָראָנטאָ פֿירט דער אָרטיקער „קאָמיטעט פֿאַר ייִדיש‟ דורך אַ ריי פּראָגראַמען לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך, אַרײַנגערעכנט אַ סעריע רעפֿעראַטן אויף מאַמע־לשון.

לעצטנס איז דזשאָרדין טשעד, אַ יונגער דאָקטאָראַנט אין טעאָרעטישער פֿיזיק בײַם „טאָראָנטער אוניווערסיטעט‟ אויפֿגעטראָטן מיט אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַם טאָראָנטער „אַרבעטער־רינג.‟ אין זײַן רעפֿעראַט האָט ער גערעדט וועגן דער געשיכטע פֿון איינע פֿון די ערשטע ביכער, וואָס דערקלערט אַלבערט אײַנשטײַנס רעלאַטיוויטעט־טעאָריע פֿאַרן ברייטן עולם. דאָס בוך, „אײַנשטײַנס רעלאַטיוויטעטס־טעאָריע‟, וואָס איז אַרויס אין 1921, האָט מען געשריבן דווקא אויף ייִדיש.

פֿאַר וואָס דווקא אויף ייִדיש? ווי טשעד דערקלערט אין זײַן רעפֿעראַט, האָט אײַנשטײַן געוואָלט לערנען די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע זײַן טעאָריע אָבער די שפּראַך האָט ער ניט געקענט. האָט ער זיך געוואָנדן צו צוויי פֿון זײַנע פּריוואַטע סטודענטן, יהודה מאיר לעהמאַן, אַ פּליט פֿון פּוילן, און בנימין ראָזען, זיי זאָלן אָנשרײַבן מיט אים אַ גלאָסאַר פֿון פֿיזיק־טערמינאָלאָגיע אויף מאַמע־לשון. אונטער דער פּערזענלעכער השגחה פֿון ד׳׳ר אײַנשטײַן האָט לעהמאַן שפּעטער אַרויסגעלאָזט דאָס בוך, „אײַנשטײַנס רעלאַטיוויטעס־טעאָריע‟. אַזוי ווי אײַנשטײַן האָט געוואָלט, איז דאָס בוך אָנגעשריבן געוואָרן אין אַ פּשוטער שפּראַך, אָן קיין שום מאַטעמאַטישע פֿאָרמולעס. צוליב דעם וואָס דאָס בוך איז געווען צווישן די סאַמע ערשטע צו דערקלערן אײַנשטײַנס טעאָריע אויף אַ פֿאַרשטענדלעכן אופֿן, האָט מען עס אין גיכן איבערגעזעצט אויף רוסיש און דערנאָך אויף שפּאַניש, אויף וועלכער עס איז געוואָרן אַ בעסטסעלער.

כּדי צו הערן ווי אַזוי עס קלינגען אַ ריי פֿיזיק־טערמינען אויף ייִדיש און זיך צו דערוויסן וועגן דער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם בוך, וואָס טשעד האָט אַליין געמאַכט, זעט ווי טשעד האַלט דעם רעפֿעראַט אויבן. דאָס גאַנצע ביכל קען מען לייענען דאָ.