אַ סך ליבהאָבער פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק וועלן זיך זיכער דערמאָנען, אַז אין איר ערשטן ראָמאַן, „ראָקאַנאָנס וועלט‟, וועלכער איז אַרויס אינעם יאָר 1966, האָט די באַרימטע שרײַבערין אורסולאַ לע גווין באַשריבן דעם פּרעכטיקן פּלאַנעט „פֿאָמאַלהאַוט צוויי‟.
אינעם יאָר 2008 האָב איך געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟ (אַנאָנים — פֿאַר דער רובריק „טשיקאַוועסן אַרום דער וועלט‟), אַז די אַסטראָנאָמען האָבן טאַקע אַנטדעקט אַ פּלאַנעט אויף דער אָרביט פֿון „פֿאָמאַלהאַוט צוויי‟. ווי עס זעט אויס, איז עס גאָר אַ קאַלטער, טונקעלער הימל־קערפּער, ענלעך צו נעפּטון; אַזאַ לעבן, ווי לע גווין האָט באַשריבן אין איר בוך, קאָן דאָרטן נישט בליִען. פֿון דעסט וועגן, איז דאָס בוך אַ גוטער בײַשפּיל פֿון דער שעפֿערישער אינטויִציע. די שרײַבערין, וועלכע האָט מיט גרויס נײַגער אָפֿט געקוקט אויפֿן הימל און גוט געקענט אַסטראָנאָמיע, האָט ריכטיק „דערזען‟ אַ פּלאַנעט אַרום דעם ווײַטן שטערן.
אינעם יאָר 1982 איז אין לע גווינס זאַמלונג דערציילונגען „די רויז פֿון ווינטן‟ דערשינען אַ מעשׂה, „דאָס געביטענע אויג‟, וועגן דער ייִדישער קאָלאָניע „דער נײַער ציון‟. באַלויכטן פֿונעם שטערן NSC 641 (אַן אויסגעטראַכטער; אין די אָפֿיציעלער אַסטראָנאָמישער ליסטע איז אַזאַ שטערן נישטאָ), האָרעווען די קאָלאָניסטןשווער, האָפֿנדיק צו פֿאַרוואַנדלען זייער נײַע היים אין אַן אָרט, וואָס דערמאָנט כאָטש אַ ביסל דעם אַלטן ירושלים, חיפֿה, תּל־אָבֿיבֿ, אַמעריקע, אייראָפּע.
די דאָקטערשע מרים, וואָס די אָרטיקע קינדער רופֿן זי אָן „מומע מימי‟, האָט אַליין נישט געקאָנט האָבן אייגענע קינדער; זיי זענען אַלע אָדער געבוירן געוואָרן טויט, אָדער געשטאָרבן גלײַך נאָכן געבורט, צוליב דער גיפֿטיקער סבֿיבֿה פֿון דעם פּלאַנעט. במשך פֿון איר לאַנגער קאַריערע, האָט מרים געזען מער ווי גענוג אַזעלכע אמגליקלעכע פֿאַלן. קוקנדיק אויפֿן הימל, דערמאָנט זי זיך דעם תּהילים־קאַפּיטל „על נהרות בבֿל‟ און דערמאָנט זיך וועגן ירושלים, וואָס איז געבליבן ווײַט אַוועק אין קאָסמאָס.
כּדי צו העלפֿן די תּושבֿים פֿון די 20 ייִשובֿים פֿונעם „נײַעם ציון‟, האָבן די אָרטיקע דאָקטוירים צוגעטראַכט אַ מעדיקאַמענט, וואָס העלפֿט מער אָדער ווייניקער פֿאַרטראָגן די אָרטיקע עקלדיקע און גיפֿטיקע שפּײַז. איינער פֿון מרימס געזינטסטע פּאַציענטן, גענאַדי באָריסאָוויטש, געבוירן און דערצויגן שוין אויף דעם נײַעם פּלאַנעט, האָט באַשלאָסן דורכצופֿירן אַן עקספּערימענט איבער זיך און אויפֿגעהערט צו נעמען די פּילן. מרים האָט זיך צוערשט איבערגעשראָקן, אָבער אַנטדעקט, אַז גענע פֿילט זיך בעסער דווקא אָן די מעדיקאַמענטן. שפּעטער האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז דער נײַער דור קאָסמאָס־אימיגראַנטן דאַרף נישט מער קיין פּילן און פֿילט זיך באַקוועם אין דער נײַער וועלט. אַדרבה, וואָלטן זיי מער נישט געקאָנט עסן די געוויינטלעכע מאכלים פֿון דער אַלטער וועלט; פֿאַר זיי איז עס דווקא אַ סם. ווען איינער פֿון די ייִשובֿים האָט זיך געגעבן אַן עצה צו פּראָדוצירן פּאַפּיר, הייבט אָן גענאַדי באָריסאָוויטש צייכענען; דער עולם זעט, אַז אויף זײַנע פּייזאַזשן זעט אויס NSC 641 טאַקע ווי אַ באַקוועמע היים.
אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס? דעם 22סטן יאַנואַר איז אורסולאַ לע גווין, געווינערין פֿון אַ גאַנצער ריי אַמעריקאַנער און אינטערנאַציאָנאַלע פּריזן, געשטאָרבן בײַ 88 יאָר. נישט געקוקט אויף איר בכּבֿודיקן עלטער, האָט זיך געדאַכט, אַז זי וועט אייביק לעבן — אַלעמאָל חידושדיק, שעפֿעריש און צומאָל קאָנטראָווערסאַל.
אַ טאָכטער פֿון דער אַמעריקאַנער שרײַבערין און עטנאָגראַפֿין טעאָדאָראַ קראַקאַו און דעם אַנטראָפּאָלאָג אַלפֿרעד לויִס קרעבער, איז לע גווין אַליין נישט געווען קיין ייִדישע אָבער אירע ווערק זענען פֿול מיטן מיטגעפֿיל צו פּליטים און אימיגראַנטן, אַרײַנגערעכנט ייִדן; די טעמעס פֿון גלות, דורכגעפֿאַלענע און עכטע גאולות, דערפֿאָלג און מפּלה אין אַ פֿרעמדער העסלעכער סבֿיבֿה, טרעפֿן זיך אין אירע ביכער זייער אָפֿט. דערפֿאַר איז זי טאַקע פּאָפּולער בײַ ייִדישע לייענער — בפֿרט בײַ פּראָגרעסיווע און לינק־געשמיטמע.
לע גווין איז געווען באַקאַנט ווי אַן אַנאַרכיסטישע לינקע דענקערין. אין פֿאַרגלײַך מיט די פּאָליטישע אַקטיוויסטן, האָט זי אָבער אַלעמאָל אײַנגעווינקלט אירע געדאַנקען אין חנעוודיקע ליטעראַרישע פֿאָרמען. אין דער דערמאָנטער מעשׂה, למשל, שטעקט אַן אינטערעסאַנטער פּאַראַדאָקס. עס ווערט נישט קלאָר דערקלערט, פֿאַרוואָס די תּושבֿים פֿונעם „נײַעם ציון‟ האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן אונדזער ערד, אָבער עס ווערט ברמז דערמאָנט, אַז איינער פֿון די עלטסטע תּושבֿים, דער קאָמאַנדיר מאַרקאַ, האָט אָנגעפֿירט מיטן „גלות־פֿלאָט‟, כּדי צו אַנטלויפֿן פֿון דער ערד.
איראָניש, האָבן די תּושבֿים אָנגערופֿן די נײַע היים „ציון‟, הגם זייער היסטאָרישע היים איז געבליבן ווײַט אַוועק. פּונקט אַזוי, קאָן אַ רוסישער אימיגראַנט מיטן נאָמען גענאַדי באָריסאָוויטש זיך פֿילן אומבאַקוועם אינעם רעאַלן ארץ־ישׂראל. פֿון דער אַלטער היים איז ער פֿאַרטריבן געוואָרן, און אינעם נײַעם לאַנד פֿילט זיך אַלץ פֿרעמד, שווער און אַפֿילו גיפֿטיק. וווּ איז געווען די אמתע היים – אין קעשענעוו, קיִעוו אָדער דעם אומפֿאַרשטענדלעכן הייסן נגבֿ־מידבר? אַוודאי, דערמעגלעכן די פֿאַנטאַסטישע זשאַנערס צוצוגעבן אַ גראָטעסק־עלעמענט צום סאָציאַלן אַנאַליז פֿון מעגלעכע רעאַלע סיטואַציעס.
אין אַן אַנדער דערציילונג, „ניוטאָנס שלאָף‟, דערציילט לע גווין וועגן אַ גרופּע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער, וואָס זענען אָנגעקומען צו וווינען מיט זייערע משפּחות אויף אַ ריזיקן סאַטעליט, וואָס דרייט זיך אויף דער אָרביט פֿון דער לבֿנה. ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ געהיימען עקספּערימענט, האָט מען אויף דער ערד אויסגעקליבן 800 פֿון די סאַמע בעסטע און קליגסטע מענטשן, כּדי צו שאַפֿן אַ מין קאָסמישע נחס תּיבֿה.
די ערד לײַדט פֿון מלחמות, עקאָלאָגישע צרות, אָפּגעסמט מיט ראַדיאַציע. אַ סך מענטשן לײַדן פֿון גענעטישע פּראָבלעמען און שטאַרבן פֿון מאָדנע אינפֿעקציעס, וואָס האָבן זיך פֿאַרשפּרייט צוליב זייער אייגענער שולד. אסתּר, אַ 15־יאָריק ייִדיש מיידל, איז כּמעט אינגאַנצן בלינד און וואַרט אויפֿן סאַטעליט אויף אַ קאָמפּליצירטער אָפּעראַציע, כּדי צו באַקומען נײַע אימפּלאַנטירטע אויגן. איר טאַטע, יצחק, איז גאָר אַ געבילדעטער וויסנשאַפֿטלער, אָבער צומאָל אַ שווערער מענטש.
די תּושבֿים האָבן געמיינט, אַז אויפֿן סאַטעליט וועט זייער לעבן זײַן גליקלעך, ווײַל דאָרטן האָט זיך פֿאַרזאַמלט די סאַמע „סמעטענע‟ פֿון דער מענטשהייט. למעשׂה, האָט זיך באַלד אַרויסגעוויזן, אַז אַלע צרות פֿונעם פֿאַרלאָזטן פּלאַנעט האָבן זיי אימפּאָרטירט, אַרײַנגערעכנט דעם אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע פֿון אינוואַלידן. בלויז דרײַ שוואַרצע וויסנשאַפֿטלער האָט מען אַרײַנגעלאָזט אויפֿן סאַטעליט צוליב ראַסיסטישע טעאָריעס פֿון די פּראָיעקט־שאַפֿער. עס הערשט פֿאַקטיש אַ פֿאַשיסטישע אָרדענונג — כּלומרשט, ווי אַ נייטיקער מיטל איבערצובויען די מענטשהייט פֿון ס׳נײַ. דאָס לעבן אינעם קאָמסאָס ווערט נימאס די תּושבֿים, און זיי ווערן ביסלעכווײַז משוגע, זעענדיק אויף דער וואָר אימאַזשן פֿון זייער אַלטער היים. יצחק, דער סאַמע ראַציאָנעלער צווישן די משוגע־ווערנדיקע אײַנוווינער פֿונעם סאַטעליט, ווערט צום סוף אויך משוגע; יעדער איינער פֿאַלט אַרײַן אין אַ דעליריום, וווּ זיי חלומט זיך, אַז זיי געפֿינען זיך אונטן, אויף דער ערד. אסתּר זאָגט איר טאַטן: „דו זעסט, איצט מעגן מיר שוין אַראָפּגיין.‟ די ערד „אַראָפּ‟ איז אָבער בלויז אַ האַלוצינאַציע.
הגם די נײַע היים איז אויסגעשטאַט מיט די מאָדערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע חידושים און טעכנאָלאָגיעס, בענקען די תּושבֿים אַזוי שטאַרק נאָך דער אַלטער וועלט, אַז זיי הייבן אָן חלומען דערפֿון און וואַרפֿן אַרויס פֿון דער זייער קאָפּ די רעאַלע וועלט — זייער סאַטעליט — ווי אַ מיואסע אילוזיע.
זיכער וועלן אַ טייל לייענער פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער שרײַבערין ווײַטער באַטראַכטן אירע ווערק פֿונעם ייִדישן קוקווינקל. למשל, אין יאַנואַר 2014 האָט די ראַבינערטע אַלאַנאַ סוסקין פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, וווּ זי באַטאָנט, אַז לע גווין וואָלט געשטיצט דעם „אָפֿענעם הלל‟, אויפֿן סמך פֿון פֿאַנטאַסטישע ווערק וועגן דעם כּישוף־מאַכער מיטן נאָמען געד, וואָס האָבן נישט קיין דירעקט שײַכות צו ייִדן. ווער ווייסט… אין איר ראָמען וועגן דעם אַנאַרכאָ־קאָמיניסטישן פּלאַנעט אַנטאַרעס, האָט לע גווין, ווי עס זענען משער די קריטיקער, דווקא געלויבט דעם לינקן ציוניזם פֿון די קיבוצניקעס בנוסח „פּועלי־ציון‟. די רײַכע ליטעראַרישע ירושה, וואָס די שרײַבערין האָט איבערגעלאָזט, וועט זיכער פֿאַרנעמען גאַנצע דורות פֿאָרשער. כּבֿוד אין אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.